בעזרת ה' יתברך
א' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, אז דו האסט זיך אונטערגענומען צו זיין אחראי אויף די דארמעטארי - דארפסטו אכטונג געבן עס זאל נישט פארקומען קיין געשלעג.
פרייטאג פארטאגס האט א בחור צעשלאגן א צווייטער בחור, ער האט אים אויפגעוועקט פיר אזייגער פארטאגס ער זאל אויפרוימען די שטוב. איך האב נאך אזוינס נישט געהערט! ווער האט אים געפרעגט? ווער האט אים געשטעלט איינצוטיילן וואס, ווען און ווי?! און אפילו ער איז ממונה, וואס איז דאס אויפוועקן א צווייטער בחור?! עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס בחורים קומען זיך אפרעדן אויף אים. ער האט יענעם געשלאגן אזעלכע מכות, ביז מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, הצלה איז געקומען מיך אויפוועקן; פרעג נישט וואס איך האב געהאט.
בעט איך דיר זייער, אויב א בחור הייבט הענט - זאלסטו פטור ווערן פון אים וואס שנעלער. איינער וואס שלאגט - איז א ש"ד, א מזיק; א איד שלאגט נישט, א איד האט רחמנות.
די הייליגע חכמים זאגן (יבמות עט.) די סימנים פון א איד זענען: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן ב, סעיף ב), ווען מען זוכט א שידוך, מען וויל וויסן מיט וועמען זיך משדך צו זיין, אויב איינער איז א שלעגער - זאל מען שטיין ווייט פון אים, דאס איז א סימן אז אין זיין בלוט איז אויסגעמישט גוי'אישע בלוט, א משפחה וואס קריגט זיך נישט - דער איז א מיוחס.
איך האף דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי אונז אזעלכע זאכן.