בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן די קינדער זאלן נישט שלאגן און טשעפען
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים החודש, כ"ו שבט, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט די הייליגע אותיות מיט די כתה א' קינדער און דו לייגסט אריין אין זיי יראת שמים זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


אשרי חלקך אז דו באשעפטיגסט זיך מיט אזא הייליגע ארבעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי דמאי ז, ג) רבי יוחנן האט געזען א מלמד וואס האט געפאסט, האט ער אים געזאגט: "אָסוּר לְּךָ", דו טארסט נישט פאסטן, "וּמַה אִם מְלַאכְתּוֹ שֶׁל בָּשָׂר וָדָם אַתְּ אָמַר אָסוּר", מה דאך דער וואס ארבעט פאר א צווייטן טאר נישט פאסטן ווייל ווען מען פאסט קען מען נישט ארבעטן גענוג פלייסיג און דאס הייסט גניבה, "מְלַאכְתּוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לֹא כָּל שֶׁכֵּן?!", איז דאך זיכער אז א מלמד וואס ארבעט פאר'ן אייבערשטן טאר נישט פאסטן, ווייל ער דארף האבן כח צו ארבעטן מיט די קינדער; זעט מען פון דעם אז א מלמד איז עוסק במלאכתו של הקדוש ברוך הוא, ער ארבעט פאר'ן הייליגער באשעפער.


איך בעט דיר זייער זאלט אכטונג געבן אויף די קינדער אז עס זאל נישט זיין צווישן זיי א קינד וואס טשעפעט אנדערע קינדער; האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז זיין זון קומט אהיים יעדן טאג מיט א פחד פון א קינד וואס שלאגט אים און טשעפעט אים, עד כדי כך אז היינט האט ער שוין נישט געוואלט קומען אין חדר נאר צוליב דעם וואס עס איז דא א קינד ביי דיר אין כיתה וואס שלאגט און טשעפעט, דאס וואלסטו אליינס געדארפט וויסן און אכטונג געבן אז קיין שום קינד זאל נישט שלאגן און זיך גרויסן אויף אנדערע.


דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט מחנך זיין די קינדער אז מען קען נישט שלאגן און נישט טשעפען; זיי זענען קליינע קינדער, כיתה א' קינדער; יעצט איז די צייט זיי מחנך צו זיין. שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד ווערט געבוירן מיט נישט גוטע מידות, "שֵׁבֶט מוּסָר יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", דארף מען אים מחנך זיין און אים געבן מוסר כדי ארויס צו נעמען פון אים די נארישקייטן.


אונזער וועג פון חינוך איז פון די הייליגע תורה; ליידער לעבן מיר היינט אויסגעמישט צווישן די אומות העולם און עס כאפט זיך אריין ביי אונז אידן זייערע שיטות פון חינוך, עד כדי כך אז עס זענען דא היימישע עלטערן וואס נעמען זייערע השקפות פון טערעפיסטן וואס נעמען זייער געדאנקען גאנג נישט פון די תורה; מען לערנט אויס עלטערן מען זאל נאכגעבן פאר די קינדער וכו', און די תוצאה דערפון איז אז קינדער וואקסן אויף אן קיין חינוך רחמנא לצלן.


בעט איך דיר דו זאלסט מחנך זיין דיינע תלמידים צו מידות טובות; דערצייל זיי מעשיות איבער די הארבקייט פון טשעפען וכו', און אז א קינד נוצט הענט זאלסטו אים קנס'ענען וכו'. אמאל איז פארהאן א קינד וואס ווייסט נישט און כאפט נישט אז ווען מען שלאגט טוט דאס וויי, דארף מען אים אויך געבן א פעטשעלע ער זאל וויסן ווי אזוי עס שפירט ווען ער טוט דאס פאר אנדערע.


מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז א פרוי אריין געקומען צום הייליגן רבי'ן פון סאטמאר זכותו יגן עלינו און געוויינט: "מיין מאן שלאגט מיר" און זי האט געוויזן פאר'ן רבי'ן אירע צייכענעס פון די פעטש; דער רבי האט גלייך געהייסן פאר'ן גבאי ער זאל רופן דעם מאן, און דער רבי האט גענומען זיין שטעקן און אים אנגעהויבן שלאגן, האט יענער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס האב איך געטון אז דער רבי שלאגט מיר?" זאגט אים דער רבי: "איך טראכט אז דו ווייסט נישט ווי מען שפירט ווען מען שלאגט, איך וויל דו זאלסט שפירן אז פעטש טוט וויי".


אמאל דארף מען געבן טועם צו זיין פאר איינעם ער זאל שפירן וואס ער טוט פאר א צווייטן; חס ושלום אז קינדער זאלן האבן א פחד צו קומען אין חדר, דער יונגערמאן זאגט מיר אז זיין זון פאלט ארויס די לעצטע צוויי וואכן פון די עברי זייט דאס קינד שלאגט אים.


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט פארנאכטס אין כולל לערנען הלכה; די כולל איז פאר מיר ממש א נחת רוח צו זען ווי די תלמידים פון ישיבה זיצן נאך די חתונה און לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.