בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע גוטע מעשים וועלן געדענקט ווערן פאר אייביג
משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט פון אייער צער און חלישות הדעת וכו'.


וויסן זאלט איר, קיין איין גוטע זאך גייט נישט לאיבוד, אפילו נאר א גוטע מחשבה וואס מען טראכט גייט נישט לאיבוד. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד, און זיכער נישט א גוטע מעשה, און כל שכן וקל וחומר מסירות נפש וואס מען האט געטון בלייבט לנצח נצחים.


איז דערפאר זאלט איר נישט האבן חלישות הדעת פאר אלע אייערע איבערגעגעבנקייט און מסירות נפש וואס איר האט זיך אזוי שטארק אוועק געגעבן אויפצובויען און צו שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, און יעצט ווען עס קומען פרישע מקורבים און זיי טוען וכו', און עס ווערט פארגעסן ווער עס האט אנגעהויבן טון וכו', ווער האט געארבעט און געשוויצט ווען עס איז נאכנישט געווען וכו', ווייל אפילו מענטשן וועלן יא געדענקען, איז פאר ווי לאנג וועלן די אלע מענטשן דא זיין? מערסטנס נאך הונדערט יאר, און וואס וועט זיין נאכדעם? ווער וועט געדענקען נאכדעם? דער אייבערשטער! דער אייבערשטער געדענקט און באצאלט פאר יעדע גוטע ווילן און גוטע מחשבה, און זיכער פאר אלע גוטע מעשים און לפום צערא אגרא, לויט די פלאג און מוטשעניש – ווערט מען באצאלט.


ובכן זאלט איר ווייטער טון אייער הייליגע ארבעט פון בויען און שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען פאר די גאנצע וועלט, טוט עס נאר צוליב ליבשאפט צום רבי'ן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, ליבשאפט צו די תורה, וועט איר נישט האבן חלישות הדעת וכו'.


איך שרייב די ווערטער שפעט ביינאכט אין מירון נאכן נישט שלאפן פון שבת קודש און נאכן ארום לויפן בויען מוסדות אין ארץ ישראל; ירושלים, בני ברק, טברי', מירון, איך בין זייער איבער געשטרענגט, איך האב היינט געדארפט זיין אין יבנאל, מענטשן האבן געווארט אויף מיר, איך האב דאס נישט געקענט באווייזן, איך בין אפגעשוואכט, דאך שרייב איך אייך ווייל איך וויל אייך ווייזן אז איך געדענק יא אייער מסירות נפש, איך געדענק גאר גוט פון אנהויב ביז יעצט אלע וואס האבן געטון און טוען צו שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען אויף די וועלט. זאלט איר זיך נישט אפשוואכן פון די מחשבות, נאר ווייטער טון אן קיין שום חשבונות, נאר טון פארן אייבערשטן, עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אמן.