בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס טוט מיר זייער וויי אז מען טשעפעט דיך און מען טוט דיר וויי ביי אונז אין שול. איך האב גערעדט מיטן גבאי, ער בעט איבער, ער זאגט זיי מיר מוחל, ער נעמט זיך פאר ער גייט מער נישט וויי טון, ער גייט אכטונג געבן אויף דיר.
א שאד אוועק צו גיין פון אזא חבורה, ביים רבי'ן איז געווען אמאל אז איינער האט זיך באליידיגט און איז אוועק געגעאנגען, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם.
אויך דארפסטו וויסן, אפילו ווער עס ווערט נישט געטשעפעט האט מחשבות אז מען דארף אים נישט; מען האט בלבולים, מען האט חלישות הדעת; דאס זענען די קליפות וואס לאזן נישט דעם מענטש מקורב ווערן צום צדיק, זיי ווילן נישט דער מענטש זאל ווערן מתוקן בזה ובבא. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי יודל זכרונו לברכה ווען עס איז אריבער אויף אים בלבולים וחלישות הדעת וכו' וכו'. די מעשה גייט אזוי, ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'; און דער רבי האט געזען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות; איז גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון 'שקר' – 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".
איך האף עס וועט בלייבן צווישן אונז א קשר, דו וועסט איבערשפרינגען די מניעות, דו וועסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה, זיך שטארקן אויף די בלבולים און חלישות הדעת וכו' וכו', ווייטער דאווענען מיט די טייערע חבורה אנשי שלומינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.