בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
היינט איז א גרויסער טאג בפרט פאר תלמידי היכל הקודש, עס איז היינט די געבורטס-טאג פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
מוהרא"ש האט געזאגט: "איך בין געבוירן אינעם ספירה פון 'חסד שביסוד' צו ווייזן די חסד, דאס גענאדע פונעם אייבערשטן פאר אלע וואס זענען נעבעך געפאלן אין מידת היסוד".
מוהרא"ש האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, זיי צו ווייזן דעם וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ובפרט פאר בחורים און מיידלעך וואס זענען נעבעך געפאנגען אינעם נעץ פונעם יצר הרע – האט מוהרא"ש געשריבן און פארשפרייט מיליאנען ספרים זיי צו ווייזן א וועג זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן.
אין אזא גרויסע טאג דארפן מיר זיך פארנעמען און זיך באנייען צו טון דאס וואס מוהרא"ש האט געטון, פארשפרייטן די עצות און חיזוקים פאר די גאנצע וועלט.
ווער עס איז עוסק אין הפצה דער וועט בלייבן מקושר צום רבי'ן בזה ובבא.
קוק גוט וועסטו זען אז די אלע מפיצים זענען שטענדיג פריש; עס זענען דא וואס זענען שוין מפיצים דרייסיג פערציג יאר, די זענען שטענדיג מיט א חיות.