בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', בארא פארק
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בנוגע מוחל זיין די לערערין און די מנהלת וואס האבן אזוי געפייניגט אייער טאכטער וכו'; נעמט אריין אין אייך די אמונה, אז אלעס וואס איר זענט אריבער, אלע צער און עגמת נפש - אלעס איז פאר אייער טובה און פאר אייערע קינדער'ס טובה; קיינער קען נישט טון שלעכטס אדער גוטס אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אויבן אין הימל.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז די וואס טוען שלעכטס וועלן נישט באקומען קיין שטראף; וויי און ביטער איז פאר ווער עס טוט וויי א צווייטן איד, ווער עס פייניגט א צווייטן באקומט א שטראף פריער אדער שפעטער. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער וויסן אז קיינער און טאקע קיינער קען נישט טון שלעכטס, אלעס איז פון אויבן.
דעריבער בעט איך אייך, חזר'ט אייך אמונה, גלייבט באמונה שלימה אז אלעס איז פון אייבערשטן, אלעס איז נאר אייך צו ברענגען נענטער צום אייבערשטן און צו א שטערקערע אמונה.
מיין מאמע תחי' זאגט: "אויבן אין הימל איז דא א באזונדערע גיהנום פאר די פרינציפלס וואס פייניגן אידישע מאמעס און אידישע טעכטער".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.