בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלעס גייט אריבער, אויף יענע וועלט וועסטו זיצן אין רבינ'ס היכל
זיכוי הרבים, הדפסה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיינע זכותים, דו האסט אויפגעשטעלט דעם הערליכן "בית הדפוס" וואו עס ווערן געדרוקט צענדליגער און הונדערטער טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות וכו'.


אשריך ואשרי חלקיך, דו גייסט טאקע אריבער וואס דו גייסט אריבער וכו', אבער דאס אלעס גייט דאך אריבער; אויף יענע וועלט וועסטו זיצן אין היכל רבינו פאר'ן זיך אזוי מוסר נפש זיין אלע דיינע יארן פאר הדפסה והפצה.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.