בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אמאל קען רעדן מער ערגער מאכן ווי אויפטון
שערן די האר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט קיין ווארט מיט דיין ווייב פון זיך אפשערן די האר, ווייל מען קען אמאל מער ערגער מאכן ווי אויפטון. דו זאלסט איר אלץ לויבן אז זי איז א גוטע און אן איידעלע, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן די נס אז דיין ווייב זאל זיך אפשערן איר האר פון איר אייגענע ווילן.


איך דערמאן זיך א שיינע ווארט, חכמינו זכרונם לברכה (עירובין ק:) רעכענען אויס די צען קללות וואס מען האט געגעבן פאר חוה ביים עסן פון די עץ הדעת, און די גמרא זאגט: "במתניתא תנא, מגדלת שער כלילית", אז דער תנא פון די ברייתא לייגט צו נאך דריי קללות, אז א פרוי האט האר ווי די שדים, "ויושבת וכו', ונעשית וכו'"; פרעגט די גמרא, און פארוואס די ערשטע תנא רעכנט נישט אויס די דריי קללות? זאגט די גמרא: "שבח הוא לה", דער תנא האלט עס איז נישט קיין קללה, און רש"י רעדט נאר פון די אנדערע צוויי וואס די שבח איז, פרעגן די מפרשים פארוואס זאגט נישט רש"י וואס איז די שבח פון "ומגדלת שעיר כלילית"? די מהרש"א זאגט אז דאס איז שוין אין די קללה פון "עטופה כאבל", עיין שם. איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, די ערשטע שיטה האלט, ווער בעט דיך צו האבן די קללה? אז מען שערט זיך אפ די האר איז אויס קללה, ודברי פי חכם חן.


ברענג אהיים יעדע וואך פאר דיין ווייב די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, אז מען וועט ליינען ביי דיר אין שטוב די קונטרסים וועט דיין ווייב און דיין שטוב זיך פירן מיט די וועג פון צדיקים, און גיין אין די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.