בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון רבינ'ס ציון, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זיך געקענט אביסל אויסגיסן מיין הארץ מיט תפלה והתבודדות.
איך טראכט אסאך, ווען נישט די עצה פון התבודדות ווייס איך נישט ווי אזוי איך וואלט אנגעגאנגען וכו'; יעדער איינער האט דאך זיינע שוועריקייטן וכו', וכו', יעדן מענטש פרואווט מען אויס; וואס טוט א מענטש ווען זאכן גייען נישט זיין וועג? וואס טוט מען ווען עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות? א נס אז מיר האבן אזא זיסע עצה פון זיך אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסרעדן מיט'ן אייבערשטן אליינס.
פאלג דעם רבי'ן, גיי יעדן טאג אין א זייט; זוך א שטילע פלאץ, עס קען זיין אפילו אין שטוב ווען אלע שלאפן אדער קיינער איז יעצט נישט אין שטוב - און בעט דעם אייבערשטן, שמועס מיט אים כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן, דערצייל אים אלעס - וועסטו שפירן א מין טעם אין לעבן, אלעס וועט האבן א טעם, דער לעבן וועט זיין געשמאק, דו וועסט זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.
וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.