בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אנהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים
ספרי ברסלב, חמשה עשר באב, שבת נחמו

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז שבת נחמו, א שבת וואס דער רבי פלעגט פארן צו די תלמידים, די וואך שבת איז א צייט וואס דער רבי קומט צו אונז, מיר דארפן פריש מקורב ווערן, דאס מיינט מען אנהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און סיפורי מעשיות, נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים איז מען א ברסלב'ער חסיד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז א ברסלב'ער חסיד, און אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


די ערשטע שיעור זאלסטו זיך מאכן אין דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, אז דו וועסט לערנען אביסל ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל - וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.


מאך זיך אויך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן, הויב אן קודם חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן, און ווען דו וועסט עס מסיים זיין זאלסטו לערנען חלק א', אין די שיחות וועסטו טרעפן דעם רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין.


אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


אויך מאך דיר א שיעור אין סיפורי מעשיות; דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף; אפילו איינער וואס שלאפט שוין, זיין נשמה איז שוין פארשלאפן, בבחינת 'אֲנִי יְשֵׁנָה', אבער דורך די מעשיות ווערט 'וְלִבִּי עֵר'.


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות; דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (וואס ער איז איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד", און בעיקר זאלסטו לערנען ספר אשר בנחל, די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן; דארט וועסטו טרעפן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיר אויפהייבן פון אלע בלאטעס, און ליכטיג מאכן פון אלע טונקלקייטן.


די וואך שבת איז חמשה עשר באב, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ל:): "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים", עס איז נישט געווען קיין ימים טובים ביי אידישע קינדער אזוי ווי חמשה עשר באב און יום הכיפורים, די גמרא פרעגט, איך פארשטיי וואס איז די גרויסקייט פון יום הכיפורים, א טאג וואס דער אייבערשטער פארצייט אלע עבירות, "אלא חמשה עשר באב מאי היא", אבער וואס איז די יום טוב פון חמשה עשר באב? זאגט די גמרא: "יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה", עס איז א טאג וואס מען האט שלום געמאכט צווישן די שבטים; זעט מען דא אז שלום מאכן איז אזוי גרויס ווי יום הכיפורים, יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות שבין אדם למקום, און דא נאך די גרויסע פירוד וואס האט פאסירט ביי פלגש בגבעה וכו', ווי מען האט זיך אפגעטיילט וכו', מען האט מער נישט געמאכט קיין שידוכים איינער מיטן צווייטן, און חמשה עשר באב האט מען שלום געמאכט, איז די טאג אזוי גרויס ווי די גרעסטע טעג; דאס דארף אונז מחזק זיין מיר זאל לעבן בשלום אין שטוב, לעבן מיט ליבשאפט מיט די ווייב.


א פרייליכן שבת.