בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אנקוקן דעם מאן מיט א ליכטיגקייט, וועט אלעס ווערן גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי עס איז אייך שווער אז אייער מאן קומט נישט אהיים צייטליך, איר קענט זיך קיין עצה נישט געבן מיט די קינדער, דאך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז אין שול, ער לערנט, ער איז נישט מיט שלעכטע חברים.


דער רבי לערנט אונז ווי אזוי צו ניצן אונזער מח מחשבה, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין שווערע מצבים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב א מענטש וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


אייער מאן קומט אהיים שפעט, אייער מאן קען זיך נישט צאמנעמען, א צייט איז ביי אים נישט קיין צייט, איר שפירט אז איר קענט עס נישט נעמען; זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס איז אין שול, ער לערנט, ער דאווענט, ער איז ערליך, ער זיצט נישט מיט חברים און הוליעט; הייבט אן קוקן אויף אייער מאן מיט א ליכטיגקייט, מיט א שיין - וועט אלעס ווערן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.