בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפילו ווען מ'ליידט פון עלטערן, דארפן מען זיי ווייטער מכבד זיין
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס וואס דו ביסט אריבער אלע יארן מיט דיינע עלטערן, איך געדענק ווי זיי האבן דיר נאר דערקוטשעט און סעקירט אויף יעדע זאך, זיי האבן אלץ געקוקט שלעכט אויף דיר; איך געדענק ווען דו ביסט געווען א יונגער בחור ווי זיי האבן דיר גע'רודפ'ט פאר גארנישט און פאר נישט, וואס דו האסט געטון האט מען נאר געהאט טענות.


מיט דעם אלעם דארפסטו וויסן אז א טאטע און א מאמע דארף מען מכבד זיין; מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי און ווי אזוי מען באגייט זיך מיט זיי, עס האט נישט צו טון אויב מען איז אריבער שוועריקייטן פון זיי אדער מען קומט זיך אויס מיט זיי, טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער; עס שטייט אין די תורה (שמות כ, יב): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ"; אן קיין תנאים, אפילו מען ליידט פון זיי דארף מען זיי ווייטער מכבד זיין.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט דעם הייליגן תנא רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן? האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגטס דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען א גרויסער גענעראל, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פארנט פון די סאלדאטן, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", אינמיטן שלאגן איז אראפגעפאלן די שיך פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין; זעט מען אז אפילו מען כאפט פון א טאטע מאמע דארף מען זיי ווייטער מכבד זיין.


יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו וואוינסט מער נישט ביי זיי - איז דיר גרינגער צו מכבד זיין דיינע עלטערן. דו האסט חתונה געהאט, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי קוקט שיין אויף דיר; וועט דיר זיין אסאך גרינגער צו קענען נעמען און שלינגען ווען זיי זאגן דיר אריין.


מיין נישט אז איך פארשטיי דיר נישט, איך ווייס זייער גוט וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאך אלץ אריבער; יעדעס מאל דו גייסט צו זיי שפירסטו ווי א גארנישט, זיי זוכן נאר קריטיק און טראכטן נאר שלעכטס אויף דיר און דיין ווייב; מיט דעם זאלסטו זיי מכבד זיין, זאלסט גיין צו זיי. זיי דן לכף זכות דיינע עלטערן, זיי האבן זייער וועג ווי אזוי זיי זענען אויפגעוואקסן; ביי זיי איז א פארמאכטע סוועטער ביז די האלז א געפערליכע זאך, זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, זיי ווייסן נישט אנדערש.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיי מכבד זיין וועסטו זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דיר ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.