בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפשר וואלסטו געוואלט העלפן די מוסד?
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זיץ און טראכט: 'ווער וואלט געווען פאסיג צו העלפן די מוסדות, שטיין אויף אלע עלטערן וואס קענען באקומען הילף פון די שטאט, וואוטשער"ס פאר שכר לימוד?' די שטאט האט א פראגראם צו העלפן עלטערן צאלן שכר לימוד; היות אסאך עלטערן ווייסן נישט וויאזוי מען טוט דאס, מען האט נישט דאס ביסל געפיל פאר'ן מוסד אראפצוגיין איין מאל, צוויי מאל וכו', דארף מען האבן איינער זאל שטיין אויף דעם.


ביז פאריאר פלעגט עס טון האברך ... נרו יאיר, ער האט דאס געטון זייער געטריי, דעמאלט האבן כמעט אלע עלטערן געהאט די פראגראם, למעשה יעצט טוט דאס קיינער נישט; וואס געשעט איז, משפחות וואס האבן שוין דעם פראגראם פארנאכלעסיגן דאס. איז מיר אריין אין מיין מחשבה דיין נאמען, אפשר וואלסטו געוואלט העלפן די מוסד?


איך ברעך אונטער, איך דארף גרויסע ניסים; מיר צאלן יעצט איבער הונדערט טויזנט דאלער געהאלט חודש'ליך פאר מלמדים און טיטשערס, מיר דארפן די הילף פון די עלטערן.


אויב דו ווילסט זיין א חלק פונעם מוסד – זאלסטו זיך פארבינדן מיט די אפיס, מיט מר. ... און מרת ....


די זאך איז אז מען קען מצליח זיין נאר אויב מען האט אן אינטערעסע, מען זאל נאכלויפן די עלטערן.


מיינע אויגן זענען געוואנדן צום אייבערשטן, איך פארלאז זיך נאר אויף אים.