בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ארבעטן פאר די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די מעסעדזש.


דאס איז טאקע א נס וכו', אבער נאך א נס האבן מיר, אז מיר האבן אזעלכע געטרייע סעקרעטעריס אין אפיס ווי אייך מיט די אנדערע, וואס וואלטן געקענט אוועק שפאצירן אין אלע צייטן וואס עס ווערט אזוי איבערגעשטרענגט, און עס זעט אויס ווי אלעס צעפאלט און ענק בלייבן ווייטער ארבעטן פאר די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט; דאס איז די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אונז.


פארלירט אייך נישט, און זייט מחזק די אנדערע סעקרעטעריס זיי זאלן ווייטער העלפן די מוסד. אז מען טראכט אריין וויפיל שיינע זאכן קומען ארויס פון די מוסדות; אזויפיל תורה, אזויפיל תפילה, אמונה און אזויפיל חסד; אלע וואס העלפן נעמען פון די זכותים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.