בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי זאלסטו ארייננעמען דיין שוועסטער די יתומה צו דיר אין שטוב, נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן א יתומה, בפרט ווען עס איז אן אייגענע שוועסטער, און אז דיין ווייב איז מסכים - איז דאך זיכער אז ענק זאלן איר האלטן און האדעווען ווי עלטערן, איר מאכן דאס בעסטע וואס קען נאר זיין. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נ.) אויפן פסוק (תהילים קו, ג): "עֹשֵׂה צְדָקָה בְכָל עֵת", ווי אזוי קען מען טון צדקה א גאנצע צייט? "זֶה הַמְּגַדֵּל יָתוֹם וִיתוֹמָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", דער וואס האדעוועט אויף א יתום אדער א יתומה, "וּמַשִׂיאָן", און ער מאכט זיי חתונה - דער איז ביי די גרויסע מדריגה.
נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (שמות רבה מה, ו), ווען דער אייבערשטער האט געוויזן פאר משה רבינו די שכר וואס עס איז אנגעגרייט צו געבן פאר צדיקים, האט משה רבינו געפרעגט: "אוֹצָר הַזֶּה שֶׁל מִי הוּא", פאר וועם וועט גיין די גרויסע שכר? "וְהֵשִׁיב לוֹ", האט דער אייבערשטער אים געזאגט: "שֶׁל מְגַדְּלֵי יְתוֹמִים", פאר די וואס האדעווען אויף יתומים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.