בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - וואס וועסטו האבן פון געלט? לערן אויס דיין זון גוטע מידות
חינוך הילדים, ביזנעס, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד צו דיין זון, האב רחמנות אויף אים, לערן אים אויס אכטונג צו געבן אויף אנדערע, בפרט אויף א יתום. ער לערנט אין איין כיתה מיט ... דער יתום, און דער יתום'ל קומט צו מיר וויינען אז ער ווערט געטשעפעט פון קינדער, און איך האב אזוי מורא פון די טרערן פון א יתום; אפילו א ראש ישיבה, א מלמד, וואס דארף זיין אמאל שטרענג צו תלמידים - שטייט אבער אז ביי יתומים זאל מען מער אכטונג געבן, ווייל עס שטייט (משלי כב, כג): "כִּי ה' יָרִיב רִיבָם", דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר זיי (רמב"ם פרק ו' מהלכות דעות, הלכה י).


וואס ביסטו אזוי אריינגעטינקען אין ביזנעס ראשו ורבו, וואס מאכסטו זיך נאריש? וואס וועסטו האבן פון דיין געלט?! רעד צו דיין זון, לערן אים אויס גוטע מידות, לערן אים אויס דרך ארץ; דאס איז רייכטום, ביזנעס און געלט איז קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אז א יתום'ל וויינט, איז דאס סכנת נפשות
חינוך הילדים, טשעפען, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר, ער זאל אכטונג געבן אויף דעם יתום ... נרו יאיר, וואס לערנט מיט אים אין חדר. ער האט מיך נעכטן גערופן וויינען אז מען טשעפעט אים און ער האט נישט קיין טאטע צו וועם צו גיין; איך בין אזוי דערשראקן פון די זאך, ווייל דאס איז פייער; אז א יתום'ל וויינט איז דאס סכנת נפשות.


איך האב געלערנט אין ספר קיצור שלחן ערוך (וואס דו האסט מיר געברענט א מתנה, וואס דיין משפחה האט ארויסגעגעבן לזכר נשמת דיין טאטע עליו השלום, איך לערן יעדן טאג מיט די תפילין דרבינו תם וואס איז איינגעטיילט לויטן יאר צו ענדיגן יעדע יאר), ווי ער ברענגט (סימן כט, סעיף יט): "חַיָּב אָדָם לְהִזָּהֵר בִּיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת", מען דארף אכטונג געבן, זיין געווארנט מיט יתומים און אלמנות, "שֶׁלֹּא יְדַבֵּר אֲלֵיהֶם אֶלָּא רַכּוֹת", רעדן צו זיי נאר ווייכע רייד, "וְיִנְהַג בָּהֶן מִנְהָג כָּבוֹד", און זיך פירן צו זיי מיט כבוד. "וְלֹא יַכְאִיבֵם אֲפִלּוּ בִּדְבָרִים", און זיי נישט טשעפען אפילו בלויז מיט ווערטער, "מִפְּנֵי שֶׁנַּפְשָׁן שְׁפֵלָה מְאֹד", ווייל זיי זענען זייער צעבראכן, "וְרוּחָן נְמוּכָה", און צעקלאפט, "אַף עַל פִּי שֶׁהֵן בַּעֲלֵי מָמוֹן", און אפילו זיי האבן אסאך געלט, "אֲפִלּוּ אַלְמָנָתוֹ שֶׁל מֶלֶךְ", און אפילו אן אלמנה פון א קעניג, "וִיתוֹמָיו", און יתומים פון א קעניג, "מֻזְהָרִים אָנוּ עֲלֵיהֶן", זענען מיר אנגעזאגט פונעם אייבערשטן זיך אכטונג צו געבן מיט זיי, ווייל עס שטייט "כָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן".


דיין זון ... נרו יאיר איז זייער א טייער קינד, ער לערנט און דאווענט זייער ערליך, מען דארף אים נאר מחזק זיין ער זאל וויסן די הלכה פון יתומים, אז דאס איז נישט ווי סתם קינדער וואס מען זאגט א ווארט אהין און א ווארט צוריק, יתומים איז א שפיל מיט פייער; וואויל איז דעם וואס געבט אכטונג אויף זיי און מאכט זיי פרייליך, וועט אים דער אייבערשטער פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - בענקשאפט צו אייער טאטע עליו השלום
התבודדות, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין חסרון אמונה אז איר בענקט זיך צו אייער טאטע עליו השלום, און אז איר קענט נישט עסן און שלאפן פון גרויס בענקשאפט צו אייער טאטע עליו השלום - איז דאס זייער נארמאל.


שטארקט זיך, גייט אן מיט אייערע גוטע מעשים, דאס מאכט א נחת רוח פאר אייער טאטע עליו השלום. דאס אז איר לערנט מיט תלמידות אמונה, יראת שמים און מידות טובות - דאס מאכט א גרויסע רעש בשמים, דאס איז אזוי ווי זאגן קדיש פאר א נשמה, דאס איז די אפטייטש פון "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", מען מאכט גרויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, די נשמה אין הימל וואס לאזט איבער א קינד אויף די וועלט וואס איז עוסק אין לערנען מיט קינדער אמונה ויראת שמים - גייט ארויף זייער הויך, העכער און העכער.


אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אין אייער אייגענע שפראך, אויף אידיש; דערציילט דעם אייבערשטן אייערע מחשבות, אייערע געפילן, אלעס אלעס; דאס וועט אייך בארואיגן, דאס וועט אייך היילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#3 - מען האט פארלוירן א מאמע, מען קען נישט בארואיגן די ווייטאג
חברים, אמונה, משניות, ניחום אבלים, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה ב', י"א תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס אז דיין מאמע איז נפטר געווארן, דו ביסט געבליבן א יתום; איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער: "המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים", דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן, דו זאלסט נישט וויסן פון קיין צער.


טייערער ... נרו יאיר, האלט זיך שטארק מיט יראת שמים, האב שייכות מיט דיינע גוטע חברים תלמידי היכל הקודש, האב נישט קיין תרעומות אויפן אייבערשטן; גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אז מען גייט אריבער שווערע טעג, מען האט פארלוירן א מאמע, עס ציפט אין הארץ, מען קען נישט בארואיגן די ווייטאג - דארף מען געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


טייערער ... נרו יאיר, מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע, לערן יעדן טאג משניות אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן אפילו בלי הבנה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), פרוביר צו זאגן אכצן פרקים משניות, און אז דו קומסט נישט אן צו אכצן - זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט, דאס וועט מאכן גוט פאר איר נשמה, זי וועט ארויפגיין העכער און העכער אין גן עדן; אויבן אין הימל ווארטן די נשמות זייער שטארק אויף א משנה און א פרק.


דער אייבערשטער זאל טרייסטן דיין צעבראכענע הארץ און דיין צעבראכענע משפחה, און אונז אלע טרייסטן, ווייל מיר אלע זענען צעבראכן, יעדער איינער דארף ישועות.


וואויל איז דער וואס פארלירט נישט די אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז פאר זיין טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער
התחזקות, סיום הש"ס, בר מצוה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך הער יעצט די גוטע נייעס אז דו ביסט זוכה אין די נאנטע טעג צו מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי; איך בין דיך אזוי מקנא, איך האב נישט זוכה געווען ביי די דרייצן יאר צו מאכן א סיום הש"ס. איך געדענק מיין בר מצוה, איך געדענק ווי מיין הארץ האט געפלאקערט צו לערנען און ענדיגן כאטשיג איין מסכתא, און וויפיל איך האב פרובירט איז עס מיר נישט געגאנגען. וויפיל חלישות הדעת איך האב געהאט, וויפיל מסכתות איך האב אנגעפאנגען, און נאך אפאר בלאט האב איך דאס אפגעלאזט פון גרויס יאוש...


ביז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו מען פארגעסט, און אפילו מען פארשטייט נישט. דער רבי זאגט (שם, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא, יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה - איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ..., שטארק זיך, האסט פארלוירן דיין מאמע, זי איז נפטר געווארן אזוי פלוצלונג, יונגערהייט, איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים, אבער דעם אייבערשטן האסטו, דער אייבערשטער האט דיך נישט איבערגעלאזט, דער אייבערשטער איז מיט דיר. אויך דיין מאמע'ס נשמה גייט ארויף העכער און העכער אין גן עדן - מיט יעדע ווארט תורה וואס דו לערנסט, און מיט יעדע ווארט וואס דו ביסט זיך מתבודד צום אייבערשטן.


שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער, וחזקת והיית לאיש, ווי אזוי? דורך תורה און תפילה; ווער עס טוט די צוויי זאכן, ער לערנט יעדן טאג תורה און גייט התבודדות - דער פאלט נישט אראפ, אזא איינער, וואס עס זאל נאר אריבערגיין אויף אים - בלייבט ער שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.