בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באדאנקט זיך פאר'ן העלפן אויפבויען די חתונה זאל
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אויפצובויען די חתונה זאל אין ישיבה, וואו מען וועט קענען חתונה מאכן פאר בחינם ממש.


בעפאר זוממער איז געווען א חתונה דא אין ישיבה, עס האט נישט געקאסט פאר די מחותנים קיין געלט; די קהילה האט צוגעשטעלט דאס עסן פאר בערך טויזנט דאללער, און נאך סוכות גייט זיין נאך א חתונה דא אין ישיבה, וואס עס גייט נישט קאסטן פאר די מחותנים קיין געלט. דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט שפע ברכה והצלחה, בזכות וואס דו האסט מנדב געווען די פלאר'ס און די מאלדינגס וכו' פאר די זאל.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מחותנים גייען אריבער ווען זיי מאכן חתונה זייערע קינדער, מען האט נישט קיין געלט חתונה צו מאכן, גייט מען און מען בארגט געלט, און ווען עס קומט די צייט וואס מען דארף שוין באצאלן, דארף מען שוין חתונה מאכן נאך א קינד, און מען זוכט א צווייטע מאל פון וואו צו בארגן. מען האט נישט צו באצאלן, און נאכדעם טרעט עס זיי צו צום הארץ, און ליידער זייער אסאך מאל הערט מען שוידערליכע מעשיות ווי מחותנים האבן זיך צאמגעלייגט ביום החתונה אדער למחרתו - אלעס ווייל זיי האבן נישט געקענט אראפ שלינגען אז פאר נישטיגע פינף שעה פון דער חתונה נאכט האט ער זיך אנגעבארגט שווערע טויזענטער דאללער, און ער בלייבט יעצט א בעל חוב.


דערפאר אז דו האסט מיר געהאלפן איך זאל קענען אויפבויען א זאל וואו מען וועט קענען חתונה מאכן בחינם, עס וועט נישט קאסטן קיין נפשות, זאלסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות; ווי אויך וועט דאס זיין א טובה פאר דיין טאטע זכרונו לברכה וואס ער האט געטון זייער אסאך חסד פאר אידישע קינדער.


דיין טאטע ר' יצחק זכרונו לברכה האט מיר געהאלפן אויפבויען די ישיבה. איך וועל דיר דערציילן א שיינע זאך פון דיין טאטע זכרונו לברכה; יארן צוריק האב איך מיר זייער געמוטשעט, קיינער האט מיר נישט געוואלט העלפן, נאר דיין טאטע זכרונו לברכה האט מיר געהאלפן אויפבויען די ישיבה, ער האט פארשטאנען אז עס דארף זיין א פלאץ וואו מען נעמט אריין אלע סארט בחורים - נישט קיין חילוק צי מציונים צי סתם וואוילע בחורים וכו', ער האט מיר געהאלפן בויען דעם בנין הישיבה.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך גיי יעצט אריין אין די צענטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה, און איך האב קיינמאל נישט אהיים געשיקט א בחור אויב מען האט נישט געצאלט קיין שכר לימוד; עס זיצן דא ביי מיר בחורים שוין יארן וואס קיינער צאלט נישט פאר זיי קיין שכר לימוד. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט ווען איך האב געעפענט די ישיבה, אז איך זאל קיינמאל נישט אהיים שיקן א בחור, און זיכער נישט פארשעמען - אויב מען צאלט נישט קיין שכר לימוד, ער האט מיר געזאגט: "דער אייבערשטער וועט דיר באצאלן פאר אלע בחורים וואס דו האלסט בחינם,  בבחינת מה אני בחינם אף אתה בחינם"; און אזוי האב איך טאקע געטון, און איך מוז דיר זאגן אז עס איז שלא כדרך הטבע אז די ישיבה שטייט, און מיר קענען באצאלן פאר אלע איינגעשטעלטע אן דעם וואס מיר זאלן זיך ווארפן מיט בחורים וואס צאלן נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות המצוה הזאת, זאלסטו זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר מיט אלע ברכות.