בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#321 - געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה
כולל, קינדער, הכרת הטוב, נחת, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, און פאר די כולל, ובפרט פארן מקרב זיין מיינע קינדער אין כולל.


מיינע קינדער האבן מיר באוויזן די צעטלעך וואס די רבנים האבן זיי געגעבן ביים זיך פארהערן הלכות בשר בחלב, דאס איז פאר מיר אזא גרויסע שמחה; איך וויל דו זאלסט וויסן אז דאס איז מיר מיין גרעסטע זאך, און איך בין דיר זייער מכיר טובה, און איך בעט דיר דו זאלסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן ווען ער וועט חתונה האבן און גיין אין שטעטל, אים אריינשלעפן אין כולל, אים געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין, און עס זאל נישט ארויסגיין פון דיר קיין שום מכשול, דו זאלסט האבן א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין בני בית, אמן.

#320 - ארבעטן פאר'ן רבי'ן, אן באקומען אנערקענונג
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך פארשטיי דיינע געפילן וכו', ווען דו מיט דיין ווייב זעען ווי קיינער איז נישט מכיר טובה אויף וואס ענק טוען, ענק הערן נישט קיין איין גוט ווארט וכו', און דאס האט צוגעברענגט אז דו זאלסט ווערן אויסגעברענט וכו'; דאך בעט איך דיר זייער, לכבוד די נייע יאר און לכבוד די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק – זאלן ענק יא צוריק אנהייבן העלפן מיטן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, און אז ענק באקומען נישט קיין גוטע ווערטער מיט מתנות – זאלן ענק זיך אליין מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און זיך דערמאנען: 'ווי האט מיך דער רבי געפונען? ווי האב איך אויסגעזען אנעם רבי'ן? און צו וואו האט מיך דער רבי געברענגט, און וואס נאך ווארט אונז וכו'?


ווער האט געגעבן פאר מוהרא"ש גוטע ווערטער פארן מאכן אזא מהפכה אין די וועלט פארן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים אז מיר זאלן האבן אזא ליכטיגקייט? קיינער; קיינער האט נישט געגעבן גוטע ווערטער, מען האט נאר געשפעט וכו', און מוהרא"ש האט נישט געקוקט אויף דעם, מוהרא"ש האט ווייטער משמש געווען דעם הייליגן רבי'ן מיט אזא נאמנות און מיט אזא מסירות הגוף והנפש; מיר דארפן גיין אין די וועגן, מיר דארפן האבן הכרת הטוב פארן רבי'ן ותלמידיו הקדושים, טון ווייטער פאר הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות, חיזוק פאר אלעמען – אן ערווארטן...

#319 - בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות
צדקה, הכרת הטוב, ספר תורה, שול, גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איינער האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווארן אנגעווייטאגט וכו', און דו האסט מחליט געווען מער נישט צו שטיצן די שול מיט קויפן עליות און נעמען זכותים.


ליבער ברודער, איך וועל רעדן מיט די גבאים זיי זאלן דיך מפייס זיין, איך האלט אויך אז זיי האבן געמאכט א טעות, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט בעלי שמחות, זיי געבן עליות בעת שמחתם, בפרט די וואס העלפן א גאנץ יאר די שול מיט געבן געלט פאר די שול וכו'.


אבער איך וויל דא צוקומען צו עפעס מער טיפער, לו יצויר אז די גבאים וועלן ווייטער האלטן אז מען דארף קויפן עליות אפילו ווען מען מאכט א שמחה, און דו שפירסט ווי זיי גייען קאפ אין וואנט, דארף מען נאכאלץ העלפן די שול, ווייל די שול איז דעם רבינ'ס שול, און די נדרים ונדבות גייט נישט פאר די גבאים, דאס גייט פארן שול; מען דארף בלייבן ביים רבי'ן.


איך האלט אויך אז ווען איינער העלפט די שול דארף מען אים אוועק געבן די עליות, איך האב געמאכט א הכנסת ספר תורה, איך האב געזאגט פאר די גבאים, איך ברענג פארן שול א ספר תורה פון קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און מיין שווער שליט"א, מיין שוואגער דער סופר, מיט נאך משפחה קומען אויף שבת צו די הכנסת ספר תורה; איך וויל זיי מכבד זיין מיט עליות, איז ריכטיג מען זאל מיר אוועק געבן די עליות וכו'.


איך זע איין זאך, אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, און מיט הכרת הטוב פאר אלע וואס טוען און העלפן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה.

#318 - א סקול מיט נשמה און הארץ
סקול, הכרת הטוב, דרך ארץ, בית פיגא, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', סעקריטערי בית פיגא קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען ארבעטן אין אונזער סקול בית פיגא, איר זענט געווארן די סעקריטערי אין סקול; שוין אלע יארן וואס איר העלפט די קהלה מיט די חתונה מאכן אין ישיבה און מיט די קימפעטארין היים און מיט די פרויען פאראיין וכו', און יעצט האט איר גענומען נאך ארבעט אויף זיך, צו העלפן בית פיגא סקול; וויסן זאלט איר אז די סקול איז מיר זייער חשוב און זייער צום הארץ, עס איז מיר די חשוב'סטע זאך אין די קהלה, און דעריבער אויב איינער טשעפעט די סקול - נעם איך דאס זייער פערזענליך, מער ווי אלע אנדערע זאכן אין די קהלה, און מידה טובה מרובה, ווער עס העלפט די סקול בית פיגא - בין איך זייער מכיר טובה.


איך בין זייער צופרידן אז איר האט אראפגענומען אלע טעכנישע זאכן פון די מנהלת, אז זי זאל האבן צייט צו רעדן צו די עלטערן און צו די טיטשערס, ווייל די לעצטע פאר יאר איז געפאלן אלע ארבעט אויף איר; איך פריי זיך זייער אז איר זענט אריינגעקומען אין סקול און איר האט איבערגענומען אלע טעכנישע זאכן אז די מנהלת תחי' זאל האבן צייט, קאפ און מח - פאר די תלמידות און פאר די עלטערן.


רעדט צו מרת ... תחי', אוועק צו שטעלן א לוח פאר די סקול פאר די גאנצע יאר, אז עלטערן זאלן וויסן ווען עס וועט זיין סקול און ווען נישט, ווייל מען דארף ערלעדיגן זאכן מיט די קינדער, אפוינטמענטס; אזוי ווייסט מען ווען דאס צו טון.


בנוגע וואס טיטשערס האבן געפרעגט, אויב מען זאל מאכן א תקנה אין בית פיגא אזוי ווי אין אנדערע סקולס, אז אויב א מיידל גייט נישט צייטליך אריין אין כיתה נאך הפסקה, אז דאס פאסירט טאג נאך טאג - קען זי נישט קומען אין סקול פאר כך וכך טעג וכו'; איך בין נישט קיין חסיד פון דעם, איך וויל מען זאל ארבעטן מיט יעדע קינד על פי דרכו, די סארט רול'ס נעמט אוועק די נשמה און הארץ פון די סקול צו די קינדער; אודאי טאר נישט זיין הפקירות, עס דארף זיין דרך ארץ, אלע קינדער זאלן זיין נאך ריסעס און נאך לאנטש אין קלאס צייטליך, אזוי מוז זיין; מען דארף דאס אוועק שטעלן מיט א פראגראם אז אלע וואס האלטן זמנים וועלן באלוינט ווערן וכו' וכו', נישט אויף אהיים שיקן.


בנוגע אז קינדער זאלן ארויסגיין פון סקול מאכן א גראסערי ארדער פאר די מאמע; עס איז נישט גוט מען זאל לאזן קינדער ארויסגיין פון סקול.


בנוגע געבן שליסלעך פאר אלע טיטשערס פונעם בנין, יעדער זאל קענען קומען ווען מען וויל; איך ווייס נישט אויב דאס איז ריכטיג, איך האב אויך נישט קיין שליסל, און ווען איך קום אין בית פיגא קלינג איך די בעל, אמאל ענטפערט מען גלייך און אמאל ווארט איך אפאר מינוט; איך מיין מען זאל עס אזוי לאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#317 - הערן די דרשות און שמועסן, וועט מען זיין אן ערליכער איד
הכרת הטוב, משפחה, אומאן, ראש השנה, שיחות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


העניך אינדיג נרו יאיר


בשם די גאנצע קהלה וויל איך דיך דאנקען פארן אהער שטעלן אזא שיינע יום טוב אין אומאן ביים רבי'ן; אלעס איז געווען אזוי גוט, די סעודות, די ריינע הייסע מקוה, די צימערן; אלעס האט געקלאפט אזוי גוט, אלעס איז געווען אזוי געשמאק, און אלע ווייסן אז מען ווייסט גארנישט וויפיל פלאג און מי דו לייגסט אריין די גאנצע יאר יעדן טאג פון יאר, אז מיר זאלן האבן אזא שיינע ראש השנה.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הערן שיעורים יעדן טאג, סיי די טעגליכע שיעורים פאר די בחורים, סיי די וועכנטליכע שיעורים פאר די אינגעלייט און אזוי ווייטער. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; עס קען זיין נאך א פשט, מיט 'יעדע' שיחה, מען דארף הערן אלע שיחות, נישט נאר מיט איין שיחה; אז מען הערט יעדע שיחה, יעדע שמועס, יעדע דרשה - קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד וואס דער רבי מיינט אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיינע קינדער, דיין גאנצע שטוב, אלע זאלן הערן אלע שיחות, אלע דיבורים וואס מען שמועסט; ווייל נאר אזוי בלייבט מען פריש און געטריי.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן, דו און דיין משפחה זאלן אלע האבן א שנה טובה ומבורכת, א זיס ליכטיג יאר מיט אלע ברכות.


א גמר חתימה טובה.

#316 - איר זאלט מער נישט וויסן פון קיין צער
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, טעלעפאן, חודש אלול
#315 - א הערליכע זומער אין מחנה להודות דחסידי ברסלב
קינדער, הכרת הטוב, זומער, מחנה להודות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' יודל איינהארן נרו יאיר


מיר האבן נישט קיין ווערטער צו דאנקען פאר די הערליכע זומער וואס אונזערע קינדער האבן געהאט דעם זומער אין מחנה להודות דחסידי ברסלב; סיי הערשי נרו יאיר און סיי יוסף נרו יאיר האבן אזוי הנאה געהאט יעדע מינוט און יעדע רגע, און דאס איז אלעס צו פארדאנקען דיין געטרייע הארציגע איבערגעגעבענע ארבעט, מיר זענען דיר זייער דאנקבאר, און מיר שיקן א קליינע טיפ, מיט אסאך שעצונג און אנערקענונג.


א כתיבה וחתימה טובה, און א זיסע יאר מיט נחת ביי דיינע קינדער, און מיר האפן לשנה הבאה בירושלים – וועסטו דארט פרייליך מאכן די קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


משפחת ...

#314 - כלה שיעורים
מוסדות, הכרת הטוב, כלה, בית פיגא, חומרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משפחת ... שיחיו, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק זענען צופרידן פון די מוסדות, סיי ביי די אינגלעך, סיי ביי די מיידלעך. איך זע ענק שרייבן מיר יישר כח; איך האף אז ענק באדאנקען זיך אויך פארן מנהל און פאר די מנהלת, וואס פאר זיי קומט באמת דעם יישר כח, זיי לייגן אריין זייער גאנצע לעבן פאר די קינדער, און ווען עלטערן טוען שעצן די ארבעט - געבט דאס כח אויף ווייטער.


בנוגע וואו צו שיקן אייער טאכטער לערנען כלה שיעורים; מיר האבן אין די קהילה די חשוב'ע מנהלת פון בית פיגא מרת ... תחי', זי לערנט מיט די כלות אויף די וועג ווי מען לערנט אין היכל הקודש, אן קיין חומרות און פרישות; אבער דאס האט מיט ענק עלטערן, אויב ענק ווילן נעמען א פרוי וואס איז מער מומחה - זאלן ענק טון ווי אזוי ענק פארשטייען.


דער עיקר זאלן ענק נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער גוטס באקומט מען, מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", דו וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#313 - אונזער טאכטער האט זייער הנאה געהאט אין קעמפ
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע טיפ פאר "הכרת הטוב" פאר די "קעמפ דירעקטער", מרת ... תחי', פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזער ... תחי', זי האט זייער הנאה געהאט, זי איז אהיים געקומען זייער פרייליך.


מיר ווייסן אז דאס איז א שווערע ארבעט, און מיר זענען אייך זייער דאנקבאר, און מיר ווייזן ארויס אונזער דאנקבארקייט.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#312 - אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבנקייט
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער סגן מנהל אליהו זעלקאוויטש נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט פאר הכרת הטוב, ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבענקייט פאר אונזערע קינדער יחזקאל נרו יאיר און מענדל נרו יאיר, פארן זארגן פאר זיי די גאנצע זומער מיט אזא איבערגעגעבנקייט און הארציגקייט.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#311 - בית פיגא סקול, א ווארעמע ליבליכע היים
צניעות, סקול, חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, בית פיגא, מידות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר די מנהלת מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי'.


מיר ווייסן אז מיר ווייסן גארנישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין די סקול בית פיגא; אז אונזער טאכטער זאל האבן א ווארעמע ליבליכע היים, וואו מען לערנט אמונה, צניעות און מידות טובות, מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר שיקן די קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#310 - וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש
חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, אמונת חכמים, חדר, יראת שמים, מוסדות היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר אלעס וואס דער מנהל שליט"א טוט פאר אונזערע קינדער, מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש, אז אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיך אנצוזאפן מיט תורה ויראת שמים.


מיר זענען זייער זייער דאנקבאר און מיר האפן צום אייבערשטן אז דער מנהל וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט משפחת ...

#309 - אזוי שיין מחנך די בחורים אין ישיבה
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ישיבה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל אברהם משה שטראססער נרו יאיר


נעם אן די קליינע טיפ, דאס שיקן מיר ווייל מיר זענען דיר זייער דאנקבאר פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד, זיי מחנך זיין אין די הייליגע ישיבה מיט יראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער צופרידן און מיר וואונטשן דיר א גוט געבענטשט יאר און הצלחה און סייעתא דשמיא מיט די קינדער און תלמידים, אמן.


משפחת ...

#308 - זיך אזוי שיין אפגעגעבן מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יואל משה פליישמאן נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער מענדל נרו יאיר; אים אויפגעבויט און אים אויסגעלערנט תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#307 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט אונזער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' שלום שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יוסף נרו יאיר, אים לערנען תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה,


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#306 - אויסגעלערנט עברי מיט מידות טובות ויראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' בערל שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער וויל מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יחזקאל נרו יאיר, אים אויסלערנען עברי מיט מידות טובות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#305 - תורה, יראת שמים און מידות טובות מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון הערשל נרו יאיר; לערנען מיט אים תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה, ווינטשט משפחת ...

#304 - הכרת הטוב פאר'ן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד.


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר זיי.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#303 - יישר כח פאר די ארבעט מיט מיין זון
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד נחמן ניישטיין נרו יאיר


איך גיי איבער כמעט יעדן טאג די עברי מיט מיין זון יחזקאל רוטה, ער קען ברוך ה' זייער גוט, אויך יעצט האב איך אים אויסגעהערט די עברי, און געלויבט דעם אייבערשטן ער קען זייער גוט.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין אים, סיי מיטן אויסלערנען ליינען, און סיי פאר די יראת שמים, אמונה, קדושה, מידות טובות, און פאר די אמונת חכמים, ער דערציילט אין שטוב אלע מעשיות וואס דו דערציילסט זיי.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה וסייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים און מיט דיינע קינדער, זאלסט זען פון זיי נאר נחת און ערליכע דורות און דורי דורות.

#302 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן אונזער "בית הדפוס"
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


דאס איז א מתנה פאר א צייכן פון "הכרת הטוב" פארן העלפן אונזער "בית הדפוס", וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אויפגעשטעלט צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייטן אויף די וועלט.


בזכות די גרויסע מצוה פון העלפן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים זאלסטו האבן ישועות ורפואות און הצלחה אין אלעס, פאר דיר און פאר דיין משפחה.

#301 - גיי צו קברי צדיקים
קברי צדיקים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, צפת


א גרויסן יישר כח פארן צושטעלן פאר מיין שווער און שוויגער א דירה אין מירון פאר פאריגע וואך שבת, און אויך עסן, און אויך פארן זיי צוריק נעמען צום עירפארט; מיין שווער און שוויגער האבן זייער הנאה געהאט, איך דאנק דיך פאר דאס אלעס.


דו וואוינסט אין צפת, א פלאץ אנגעפילט מיט קברי צדיקים, זאלסט יעדן טאג גיין צו קברי צדיקים, דארט זאגן די תיקון הכללי און זיך מתבודד זיין; וועסטו זען גרויסע ישועות.


היינט נאכט איז די יארצייט פון מוהרא"ש, גיי קיין יבנאל און זיי דארט מתפלל, זיי זיך דארט מתבודד, בעט אויך פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#300 - די בחורים זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה
הכרת הטוב, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


א גרוס פון מיין שווער און שוויגער, זיי קענען זיך נישט גענוג באדאנקען אויף וואס דו און דיין ווייב האבן זיי געהאלפן, די וואך צייט וואס זיי זענען געווען אין ארץ ישראל סיי מיט די הכנסת אורחים, סיי מיט די וועגן, און אזוי ווייטער.


איך פערזענליך טו דיך אויך דאנקען פארן העלפן מיין שווער און שוויגער, איך האב אזויפיל הכרת הטוב פאר זיי, אלע יארן פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, תלמוד תורה, בית פיגא וכו', זענען זיי אלץ געשטאנען און מחזק געווען מיך און מיין ווייב מיט די גאנצע הארץ, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


דו וועסט עס נישט פארשטיין, ווייל דו ביסט אריין אין א ברסלב'ע שטוב, דיין שווער זכרונו לברכה איז דאך ברסלב, אבער לויט ווי מען זעט ביי חברים, ביי אנשי שלומינו, ווי זיי גייען אריבער יסורים און שפיכות דמים פון א שווער און שוויגער, ווי מען נעמט זיך אויף זייערע ביינער פארן איינציגסטן חטא פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ווי מען טרינקט זיי אויס די בלוט השם ישמרינו; דארף איך זיי אזוי דאנקען און מכיר טובה זיין פארן זיין אזוי ליבליך און ווארעם ביים מקורב ווערן צום רבי'ן.


שטארק זיך, גיי אן מיט די ישיבה, די גריסן זענען זייער גוטע, רעד צו די בחורים פון אמונה און פון יראת שמים, גלייב אז יעדע ווארט גייט אריין אין זייערע הערצער; נישט אלץ זעט מען גלייך וואס עס טוט אויף, אבער דאס איז זיכער, אז יעדע ווארט פון תורה און פון חיזוק אויף תורה ויראת שמים – גייט אריין אין די הערצער פון די תלמידים, מען דארף נאר אויסווארטן ביז מען זעט וואס עס האט אויפגעטון.


זיי מחזק די בחורים זיי זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה און פאר אונזערע מוסדות בארץ הקודש, זאג זיי אז איך פארלאנג פון יעדן בחור אן אויסנאם צו גיין נאך געלט, אחד המרבה ואחד הממעיט אבער אלע דארפן גיין נאך געלט; מוהרא"ש זאגט, דאס גיין נאך געלט איז מתקן כרת וד' מיתות בית דין, עס איז מזכך ומטהר את הנפש. איך האף צום אייבערשטן אז אלע וועלן פאלגן, ווייל איך האב אזא שווערע לאסט אויף מיר, די מוסדות דריקט, דאס דארפן אויפקומען יעדע חודש מיט שווערע צענדליגער טויזנטער דאלער דריקט מיר, און אז די בחורים וועלן גיין נאך געלט וועלן זיי אראפנעמען די שווערע לאסט.

#299 - הכרת הטוב פאר וואס דו טוסט מיט מיין זון
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל אויסדרוקן מיין הכרת הטוב פאר וואס דו טוסט מיט מיין זון ..., בפרט פארן לערנען יעדן פארטאגס מיט אים הלכות שבת און הלכות תפילין, איך בין דיר זייער מכיר טובה, איך וועל דאס שטענדיג געדענקען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און נחת ביי דיינע קינדער, דו זאלסט מצליח זיין מיט זיי און מיט די תלמידים אינאיינעם מיט דיין ווייב וואס זי העלפט אזוי געטריי אין בית פיגא אין וויליאמסבורג.

#298 - איך ווייס ווי סאך דו טוסט פאר אונזער קינד
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ...


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו טוסט מיט מיין טייערער זון ... נרו יאיר, ווי דו פירסט זיך צו אים ווי צו אן אייגן קינד, מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל חכמה, דו האסט געזוכט אין אים און געטראפן דעם פך שמן טהור, די פינטעלע גוטס, האסט געטראפן זיין ריינע הארץ, דו האסט אים ליב, דו לערנסט מיט אים מיט אזא ליבשאפט.


איך ווייס אלעס, איך ווייס ווי סאך דו טוסט פאר אים און איך און אויך מיין ווייב זענען ביידע דיר מכיר טובה.


מיר בעטן פאר דיין הצלחה, זאלסט האבן נחת ביי דיינע און אין אלעס וואס דו טוסט, מיט דיין בני בית, דיין ווייב תחי', מיט דיינע קינדער, מיט אלעס גוטס.


שכוח נאכאמאל


... ומשפ'

#297 - איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר מיינע קינדער
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו האסט געטון אלע יארן מיט מיינע קינדער און פאר וואס דו טוסט די יאר מיט מיין זון ר'...; פארן לערנען מיט אים די הייליגע א-ב, פארן אים לערנען צו ליינען, און פאר די יראת שמים און מידות טובות, ובעיקר פארן אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, און פאר אלעס וואס איך ווייס נישט וואס דו טוסט מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו נחת ביי דיינע ליכטיגע קינדער און אייניקלעך, און דו זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים, אמן.