בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באדינען דעם צדיק אויף די וועלט, און אויך אויף יענע וועלט
צדיקים, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן. דער רבי זאגט, די אלע וואס זענען זוכה צו העלפן דעם צדיק דא בזה העולם וועלן האבן די זכי' אויבן אין הימל צו משמש זיין דעם צדיק.


כאפ אריין דאס ביסל צייט וואס דו ביסט אין ישיבה צו העלפן די ישיבה, חדר, בית פיגא, חתונות וכו' וכו'; באלד האסטו חתונה - וועסטו ווערן פארנומען מיט דיינע זאכן.


שטארק זיך, נאך אביסל ביסטו א חתן.