בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#280 - מען פארלירט אלעס דורך ניבול פה
בחור, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז בחורים רעדן צו דיר ניבול פה זאלסטו אנטלויפן פון זיי, נישט קיין חילוק אויב זיי רעדן אפענע ניבול פה אדער כמו ניבל פה; געב זיך אכטונג פאר דיין לעבן.


גיי צום מגיד שיעור און זאג אים אז עס איז דיר ביטער, עס זענען דא בחורים וואס רעדן ניבול פה, ווארט נישט עס זאל זיין צו שפעט, גיי שוין בעטן הילף, און אז מען מאכט זיך נישט וויסנדיג זאלסטו נישט גיין מער אין ישיבה, ווייל ניבול פה איז אזוי געפערליך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) און דער הייליגער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען ביטערע צרות און נייע שלעכטע גזירות אויף די וועלט; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", אלע שרייען און קיינער הערט נישט זייער געשריי.


טייערער ליבער ..., איך בעט דיר זייער אנטלויף פון חברים וואס רעדן ניבול פה, מען פארלירט אלעס דורך ניבול פה, דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר, צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#279 - קינדער און בחורים שפרינגען און טאנצן
ישיבה, שיעור, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


זעט אויס אז איך דארף דיך מער מחזק זיין צו האבן סבלנות צו בני הנעורים, ווייל די אלע וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים דארפן אייזערנע סבלנות זיי צו קענען דילדן און אויסווארטן ביז מען זעט די פירות.


איך בעט דיר זייער, קוק אויף די קינדער און די בחורים מיט סבלנות, און אז זיי שפרינגען און טאנצן זאלסטו זיך נישט גיפטן און בייזערן, זאלסט וויסן אז דאס זענען קינדער, דאס זענען בחורים, און עס איז געזונט זיי זאלן שפרינגען און טאנצן, זיי זאלן זיך אויסגעבן, און אז זיי גייען און קומען ביי די שיעורים זאלסטו רעדן מיט זיי פון דאס חשיבות פון מיט האלטן א סדר, און אז דו וועסט רעדן צו זיי ווי מען רעדט צו ערוואקסענע מענטשן - וועלן זיי ווערן ערוואקסן.


געב איבער פאר די בחורים וואס לערנען מסכת תענית און זיצן אויבן אין שטיבל אין פאליש, און קומען נישט צו די שיעורים פונעם מגיד שיעור, אז עס שטערט מיר, און נישט דאס איז געווען מיין כוונה ווען איך האב זיי מעודד געווען צו לערנען מסכת תענית יעדן טאג בימי השובבי"ם; דאס קענען זיי טון אין די צייט ווען מען שמועסט און מען בטל'ט צייט, איך וויל אז יעדער בחור זאל זיצן ביי די שיעור, סיי פארמיטאג און סיי נאכמיטאג, בלי יוצא מן הכלל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#278 - סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל, פרשת ויחי תשפ"ו
התחזקות, קברי צדיקים, מוסדות, נסיעה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען זיך אריבער צו כאפן פאר אפאר טעג קיין ארץ ישראל, זיך שטארקן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש.


מיט מיר איז מיט געקומען האברך יעקב שאול נרו יאיר, אויך איז געפארן דער גבאי פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר, ער איז געפארן מוצאי שבת, א טאג פאראויס, אנצוגרייטן די מסיבה פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט, מעריב האב איך געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה, אויך האב איך נאך אנגעיאגט צו געבן א שיעור פאר די בחורים, מיר האבן געלערנט די מעשה ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ב), אז די בת קיסר האט זיך גענייט מאנצבילשע קליידער וכו'; מיר האבן גערעדט פון די מעלה צו קענען זיין א משפיע, א מאן, נישט קיין מקבל, א פרוי; יעדע מאל מען קומט צווישן מענטשן זאל מען נישט ווארטן צו באקומען פון אנדערע – אויפמערקזאמקייט, נאר זיין א געבער, געבן פאר אנדערע גוטע ווערטער און געבן פאר אנדערע תשומת לב.


די טיקעטס האב איך געמאכט ביי אלי' קנאלל נרו יאיר, און ער האט מיך געטראגן צום עירפארט. אין עירפארט איז אלעס אריבער בשלום, אויך די וועג איז געווען זייער גרינג און געשמאק. יענקי האט מיט געברענגט קאווע מיט שאקאלאד, איך האב אביסל געשריבן בריוו, נאך א קורצע צייט האט מען געדאווענט שחרית און נאך א קורצע צייט מנחה.


מיר זענען אנגעקומען מאנטאג נאכט, מיר זענען גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט סעודה פון מוהרנ"ת. שמעון עוזר פערל האט מיך אפגעווארט און גענומען קיין בני ברק, ער האט שוין חזקה אלע יארן מיך צו דרייווען. ער האט דאך אלעס אנגעהויבן; ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די ערשטע שול, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר, די סקול, און ביז היינט איז ביי אים אין שטוב די בית הדפוס. ער האט א קלענערע דירה ווי דיר, און ביי אים אין שטוב דרוקט מען אלעס, עס שטייט א גרויסע מאשין מיט צענדליגע קעסטלעך פאפיר, אזוי ווי ביי רבי נתן איז געווען אין שטוב א דפוס, און ער דרוקט פאר אלע מפיצים די וועכנטליכע גליונות און קונטרסים, עצתו אמונה.


דער גבאי פון די מוסדות ר' אהרן נרו יאיר האט אלעס צוגעגרייט, עס איז געווען זייער שיין און זייער פרייליך. מיר האבן גערעדט פון מוהרנ"ת, די סיפור התקרבות און נאך שיינע זאכן. אויך האט מען געפרעגט אפאר שאלות, איינע פון די שאלות איז געווען ווי אזוי קען מען האבן דא אין היכל הקודש א מורה דרך ווען מען קען נישט צוקומען און ווען מען פרעגט, מען שיקט שאלות - באקומט מען נישט קיין ענטפער; מיר האבן גערעדט אז אין די וועלט איז די שייכות פון א תלמיד מיט א רבי בעיקר אויף טעכנישע זאכן, אנדערש איז ביים רבי'ן וואס דער עיקר שייכות מיטן רבי'ן איז אויף עבודת השם, ווי מען קען זיך נאכאמאל באנייען, און ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין א צדיק, און די סארט פראגעס דארף מען נישט קיין פערזענליכע תשובות, מען קען הערן די תשובות ביי די שיעורים און ביים לערנען די ספרים; עס איז כדאי אויסצוהערן דעם שמועס, אזוי וועסטו דאס קענען אריינלייגן אין דיינע תלמידים, ווייל דאס איז דער עיקר וואס מען דארף רעדן מיט תלמידים, זיי מחזק זיין זיי זאלן הערן שיעורים און לערנען די קונטרסים, און איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי אז איך הער אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור פון נאכמיטאג, די שיעור התחזקות, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה; אלע יארן איז געווען דער שיעור דער עיקר פון די ישיבה וואס מען האט געלייגט א שטארקע געוויכט אז אלע בחורים זאלן הערן די שיעור, ווייל נאר מיט חיזוק, נאר מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען אנגיין, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי, איך שטרעג זיך אן צו געבן די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג נאר ווייל איך ווייס אז ענק האלטן מיט די שיעור, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? דאס האט מיך געמאכט איך זאל נישט געבן קיין שיעור אין ישיבה נישט זונטאג און נישט מאנטאג, אפילו אין ארץ ישראל זיצט דער מגיד שיעור יעדן טאג מיט אלע בחורים און זיי האלטן מיט די שיעור פון א טאג צוריק, אלע זיצן, מען קען דעמאלט גורס זיין משניות גמרא וכו', אבער אלע מוזן זיצן און הערן די שיעור, ווייל דאס איז אזוי וויכטיג, די יראת שמים און די חיזוק.


נאכן מסיבה זענען אלע אריבער געבן שלום, נאכדעם האבן מיר געדאווענט מעריב. איך בין געבליבן נעכטיגן אין בני ברק אין שטוב פון ר' יואל לעווי דער גבאי אין בני ברק, ער האט אנגעגרייט א נאכטמאל, איך האב נישט געהאט חשק צו עסן, איך עס נישט געווענליך פלייש נאר שבת, אבער אז מען קומט צו איינעם אין שטוב און יענער גרייט אן - איז ריכטיג צו עסן, ווייזן אז מען האט הנאה וואס זיי האבן געמאכט.


איך האב געוואלט טרינקען קאווע, מיר איז וויכטיג קאווע אז ביום התענית זאל איך נישט באקומען קאפ וויי. איך האב אהיים גערופן, גערעדט מיט מיין ווייב, געליינט קריאת שמע און געבעטן ר' יואל זאל מיך וועקן פארן עלות.


פיר דרייסיג פארטאגס האב איך זיך אויפגעוועקט, איך האב געטרינקען קאווע און געלערנט אביסל משניות. אויך ר' יואל האט זיך אויפגעוועקט, מיר האבן אביסל געשמועסט ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר זענען געגאנגען אין מקוה, משה רעכניצער האט אונז גענומען מיט זיין קאר צו די מקוה. עס איז נאך געווען פרי, זענען מיר געגאנגען אביסל לערנען אין חדר, דארט איז געקומען נאך אפאר מלמדים, אבא חייא, מען האט געשמועסט שיינע זאכן. לכתחילה האט מען אפגעשמועסט אז מען וועט מאכן דארט א מנין מיט די מלמדים איידער די קינדער קומען, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט לכתחילה, צו מטלטל זיין א ספר תורה, זענען מיר געגאנגען דאווענען אין א שול נעבן דעם חדר, איך האב דארט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, ר' יואל לעווי האט מיר געקויפט די עליה, נאכן דאווענען בין איך געבליבן לערנען אביסל.


מיר זענען געווען באזוכן אין חדר אין בני ברק די דריי כיתות, ערשט די עלצטע כיתה פון ר' אבא חייא רייזמאן, די קינדער האבן געזינגען זייער שיין די "ואני – אין איך יעקב", יעצט איז ר' אבא חייא פארנומען מיט זיך פארהערן די הוראה, האט איבערגענומען דער זון פון ר' יואל לעווי, וואלווי, ער איז זייער א גוטער מלמד, אויך איז דארט נאכמיטאג דער מלמד חיים יאקאבאוויטש; אויך די מיטלסטע כיתה איז דער מלמד יודא דוד לעווי דער זון פון ר' יואל לעווי, זייער א גוטע מלמד, און די דריטע כיתה איז די יונגסטע כיתה, דער מלמד איז ר' ישראל סופר, זייער א גוטע מלמד.


ביי ענק אין שטעטל איז שוין היינט דא אלע כיתות, אבער דו געדענקסט אודאי ווי אזוי מיר האבן געעפנט די חדר מיט זיבעצן יאר צוריק, תש"ע, מיט דריי כיתות. דו ביסט אריינגעקומען אין די עלצטע כיתה, און אזוי האבן מיר געצויגן אסאך יארן ביז מען האט שוין היינט אלע כיתות. אזוי וועט זיין אויך אין ארץ ישראל, יעצט איז דא ווייניג קינדער, לערנען די קינדער פון אפאר יאר אינאיינעם, און שפעטער וועט זיין גענוג קינדער פאר אלע כיתות.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, איך האב געוואלט פארן פריוואט מיטן מנהל יצחק פאפנהיים, אזוי קענען מיר רעדן אלעס פון די מוסד, ער האט אזויפיל זאכן צו רעדן מיט מיר, זאכן וואס זאמלען זיך אן במשך די יאר, און טאקע אזוי, איך בין מיט אים געפארן פריוואט, און אויפן וועג האבן מיר גערעדט ווי אזוי צו מאכן שענער און בעסער די חדר און די סקול. מיר זענען אריבער געגאנגען אלע מלמדים און אלע טיטשערס, ברוך ה' אלע זענען זייער טייער, יעדער האט זיינע מעלות פאר די קינדער. אינמיטן וועג האב איך געטראכט אז איך בין שוין סיי ווי אין גליל, לאמיר זיך אריבערכאפן צו רבי שמעון און צו רבי מאיר מתפלל זיין פאר מיר און פאר אלע תלמידים; מיר האבן געטוישט די פלאן, מיר האבן געטראכט אז מיר וועלן גיין ערשט קיין מירון און נאכדעם קיין יבנאל און טבריה.


איך בין געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביי מיין זיידע באבע, אויבן אויפן בארג אין מירון ליגן זיי, העכער די ציון פון קבר התנא אלוקי רבי יוחנן הסנדלר, אויך האב איך געדאווענט ביי רבי יוחנן הסנדלר, און אויך האב איך זיך מתבודד געווען און זיך מתבודד געווען ביי וכו', פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רבי שמעון. ערשט האבן מיר געדאווענט מנחה, מען האט געליינט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל עולה זיין, און דער וואס האט אויסגערופן האט מיר געגעבן אן עליה, נאכדעם האב איך געזאגט די תפילה פון ליקוטי תפילות פון "לכו חזו", איך האב דאס איבערגעזאגט דריי מאל, איך האב זייער געוויינט צו רבי שמעון זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך האב זייער ליב די תפילה ווי מוהרנ"ת דאווענט צום אייבערשטן ער זאל העלפן אז די צדיקים זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אונז און אונז נישט אוועק ווארפן; אוי איז דאס א וויכטיגע תפילה, ווייל מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן די צדיקים זאלן אונז מחזק זיין און מקרב זיין צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין טבריה צום הייליגן רבי מאיר בעל הנס, דארט האב איך געטראפן אנשי שלומינו פון יבנאל, טבריה און פון בני ברק, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים און זיך גוט מתבודד געווען, אויך האב איך געצינדן א לעכט מיט שמן זית לזכות התנא רבי מאיר. מוהרא"ש זאגט אין די בריוו אז דאס איז מסוגל פאר ישועות, איך האב באזונדער געבעטן פאר אלע תומכים וואס העלפן מיר חודש'ליך מיט געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות, זיי נעמען אראפ פון מיר די שווערע לאסט וואס איך טראג, די מוסדות אין ארץ ישראל קאסט חודש'ליך אכציג טויזנט דאלער; עס קומט אריין שכר לימוד בערך צען פופצן טויזנט און די איבריגע ליגט אויף מיר צו שאפן, און ברוך השם דער גבאי ר' אהרן וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א קרן הצלה וואס ברענגט אריין חודש'ליך כמעט די גאנצע געלט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל ערפילן אלעמענ'ס בקשות.


מיר האבן געדאווענט מעריב ביי רבי מאיר און פון דארט בין איך געפארן צום שטוב פון ר' יוסל סאקס דער גבאי און מלמד פון טבריה, ער האט צוגעשטעלט פיינע מזונות מיט פיינע קאווע, עס איז געווען זייער געשמאק, מען האט אביסל געשמועסט, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, נאר צוליב דעם בין איך געפארן קיין צפון, איך קען נישט קומען קיין ארץ ישראל אן גיין צו מיין רבי מוהרא"ש, איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן פאר מיר, געבעטן פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע קהילה.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין אלעד צום שטוב פון נח לוין, ער האט אנגעגרייט א סעודה פאר אלע תומכים פון 'קרן הצלה', די וואס שטיצן חודש'ליך די מוסד, דער גבאי ר' אהרן ווערבערמאן העלפט מיר זייער מיט די 'קרן', ער האט דאס אנגעגרייט.


ער האט אנגעגרייט א סעודה, ער האט געבעטן איך זאל זיך וואשן נטילת ידים, איך האב געזאגט אז אויב איינער וועט מאכן א סיום וועט עס זיין א סעודת מצוה וועל איך זיך וואשן. דארט איז געווען אנשי שלומינו וואס האבן גלייך געמאכט סיומים אויף בבלי און אויף משניות, עס איז געווען גאר א שיינע סעודה, עס האט זיך געצויגן אין די נאכט אריין, מען האט געשמועסט פון די מתנות וואס מען איז זוכה צו באקומען אין היכל הקודש, די חינוך ביי די קינדער און די שלום בית. איך האב אנגעהויבן רעדן צו אנשי שלומינו אז מען מוז זען עפעס צו טון פאר הפצה, מען זאל מאכן חבורות אין אלע שטעטלעך, צעטיילן די שטעט לויט וויפיל שולן עס איז דא, און יעדער אינגערמאן און בחור זאלן נעמען כך וכך שולן יעדן שבת צו לייגן גליונות, אבער דער גבאי ר' אהרן האט איבערגענומען די מייק און געזאגט אז ער האט א טענה, ער האט נישט געמאכט די מסיבה פאר הפצה, ער האט געמאכט די מסיבה פאר החזקת המוסדות, ער האט געבעטן מען זאל טוישן די שמועס, מען זאל רעדן פון די מוסד, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע וואס האט עפעס צו דערציילן עפעס ספעציעל פון די מוסד זאל דערציילן; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך געווישט די טרערן, טאטעס האבן דערציילט פון די רחמנות ווי די מלמדים און די טיטשערס געבן זיך אפ מיט די קינדער, ווי זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט און פארשעמט, איך האב געשלינגען יעדע מעשה מיט פארגעניגן.


אויך האט זיך איינער אויפגעשטעלט און דערציילט אז ער האט א ברודער וואס האט געלערנט פאריאר אין ישיבה ביי משה שמואל, און דער ברודער איז למעשה געגאנגען ארבעטן, און ער דערציילט אים אז דארט ביי די ארבעט איז דא נאך בחורים עלטער פון אים וואס רעדן געמיין, שמוציג, ניבול פה, און ער דערציילט דעם ברודער: "איך זאג זיי אז דא קען מען נישט רעדן ניבול פה און אלע פאלגן", אויך האט ער דערציילט אז דער ברודער דארף אויפשטיין גאר פרי צו קענען דאווענען און אנטון תפילין איידער ער גייט אין ארבעט, איך האב שטילערהייט געוויינט, ווייל איך געדענק ווי דער מגיד שיעור פלעגט מיר שרייבן כמעט יעדן טאג, (ער שרייבט מיר יעדן טאג אפאר שורות ראשי פרקים וואס גייט אריבער אויף אים אין ישיבה מיט די בחורים), אז ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם בחור, עס זעט נישט אויס ווי ער הערט אויס זיינע דרשות, און בכלל, ער זיצט נישט איין, ער גייט און קומט וכו' וכו', און איך פלעג אים מחזק זיין ער זאל ווייטער רעדן פון יראת שמים, ווייל עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינגיין אין  הארץ, שפעטער האב איך געזאגט פאר משה שמואל, וואלט ער געזיצן נעבן מיר וואלט איך אים געגעבן א ציפ ווען דער ברודער האט גערעדט, ער זאל געדענקען אויף ווייטער אז קיין איין ווארט גייט נישט לאיבוד, עס איז נאר קטנות הדעת וואס מגידי שיעורים, מחנכים און מלמדים גייען אריבער.


פון דארט זענען מיר געפארן מיט יצחק דער מנהל קיין ירושלים, איך האב געבעטן די גבאים זאלן נישט ארויסנעמען קיין דירה מיט קיין קאר פאר מיר, א שאד די געלט, איך וועל ענדערש איינשטיין ביי אנשי שלומינו. דער מגיד שיעור ר' משה שמואל האט מיך אריינגענומען אין שטוב, געמאכט הכנסת אורחים.


מיטוואך ויחי אינדערפרי בין איך געבליבן אין די דירה לערנען, איך האב געוואוסט אז איך וועל קומען אין שול ווארט מיר אפ ארבעט ביז שפעט ביינאכט און איך מוז אנהייבן מיין טאג מיט לערנען מיינע שיעורים, מוהרא"ש האט אזוי אריינגעלייגט אין אונז אז מען קען נישט אן די שיעורים כסדרן. איך בין געגאנגען אין מקוה, משה שמואל האט מיך באגלייט, נאכן מקוה זענען מיר געגאנגען אין שול דאווענען, ר' אהרן גאלדשטיין איז אין יאר, ער האט געדאווענט פארן עמוד שחרית. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא, נאכן שיעור איז געווען שיינע שמועסן, קענסט עס הערן אויפן טעלעפאן ליין.


פון דארט זענען מיר געגאנגען קיין בית פיגא, עס איז אזוי שיין און ערליך, די מיידלעך, די לערערינס זענען זייער איידל און האבן גוטע מידות. אמאל איז דאס א סתירה, ווייל ווי מער פרום מען איז קען עס קומען פון שלעכטס, דא איז אבער נישט אזוי, זיי זענען אנגעפילט מיט גוטע מידות. עס זענען געווען תלמידות וואס האבן אנגעגרייט שאלות, איין פראגע פון א תלמידה האט מיך געשטערט, א תלמידה פרעגט וואס זי זאל טון ווען זי קומט מיט א נייע קלייד אדער נייע שיך, נייע צירונג - אין סקול, און קיינער זאגט איר גארנישט; איך האב געענטפערט וואס זי זאל טון, אבער איך האב א פראגע צו די טיטשערס, ווי קען זיין אזא זאך אז א קינד קומט מיט א נייע זאך אנגעטון און די טיטשערס מאכן נישט קיין עסק דערפון? מען דארף געדענקען צו געבן אויפמערקזאמקייט, מען דארף געדענקען צו געבן פאר די קינדער אטענשן, דארט רופט מען דאס תשומת לב, דאס איז אזוי וויכטיג און אזוי געזונט פאר קינדער, עס בויט אויף זייער זעל.


איך בין אביסל מרחיב ביי דעם פרט ווייל דו ביסט א מגיד שיעור, ביסט געשטעלט צו מחנך זיין קינדער און בחורים, דארפסטו וויסן אז געבן געפיל, געבן גוטע ווערטער - איז זייער זייער וויכטיג פאר קינדער און בחורים.


מיר זענען געפארן מיט די בחורים קיין קבר רחל, די בחורים האבן מיר געפרעגט אויפן וועג אויב דער ראש ישיבה איז סאטמער, ווייל ווי זיי ווייסן גייען נישט סאטמערע חסידים צו קבר רחל און קיין חברון צו די מערת המכפילה; איך האב זיי געזאגט אז איך בין א סאטמער תלמיד, און איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה צו קבר רחל, אזוי אויך בין איך געגאנגען מיט מיין זיידע קיין חברון צו די מערת המכפלה, מיין זיידע איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן און ער איז יא געגענגען.


די פארגאנגענע וואך פרשת ויחי קומען אסאך תלמוד תורה'ס צו קבר רחל זינגען דארט די "ואני" וואס רעדט זיך פון די מאמע רחל, ווי זי וועט אויפשטיין פון קבר און וויינען און שרייען צום אייבערשטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געדאווענט מנחה ביי קבר רחל און געזאגט א חלק פונעם יום תהלים און געמאכט אביסל התבודדות, איך האב זיך נישט געקענט מיישב זיין דארט ווייל אפאר מענטשן האבן דארט געזינגען און געשריגן און געמאכט א קאפ וויי.


פון דארט בין איך געפארן מיט די בחורים צום הר הזיתים צום ציון פון הייליגן אור החיים הקדוש, איך האב זיי געדארפט אביסל מוסר געבן אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, נישט רעדן און נישט לאכן, מען מוז זיך פירן ביי קברי צדיקים מיט גרויס יראה.


איך שרייב דיר דאס ווייל אז דו נעמסט אמאל די בחורים צו קברי צדיקים, אין מאנסי צום ריבניצער רבי'ס ציון, אדער קיין קרית יואל צום סאטמער רבי'ס ציון, זאלסטו זיי אנגרייטן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט רעדן און נישט לאכן, עס איז נישט קיין פארק וואו מען טאנצט און מען שפרינגט, מען מוז קומען מיט גרויס דרך ארץ. אויך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון רש"ש, איך האב נישט געזאגט דארט תהלים און זיך נישט פארזוימט דארט, ווייל עס איז געווען קאלט און טינקל און איך בין געווען זייער אפגעמאטערט.


פון דארט זענען מיר געפארן צו שמעון הצדיק, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארן מיט די בחורים, זיצן מיט זיי אין איין באס, פון אונטן, אויסגעמישט מיט זיי, הערן זייערע שמועסן, זייערע ווערטלעך, איך האב געזען אז זיי זענען ערליך און וואויל, אלע רעדן איידל, אלע רעדן שיין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין א דירה, איך האב געטראכט צו גיין שלאפן און איך האב שוין אפילו אפגעשמועסט מיטן מגיד שיעור זאל קומען פארטאגס מיך נעמען, איך האב געוואלט גיין מיט אים וכו', למעשה האב איך געדארפט זיצן מיט די הנהלת המוסד ווי אזוי אוועקצושטעלן די מוסדות, די געלט זאכן, עס האט זיך פארצויגן ביז איינס אזייגער ביינאכט, אויך איז געקומען א משפחה וואס די ווייב איז א לערערין אין ירושלים סקול, אפשערן אביסל האר, מאכן חאלאקא. די מיטונג מיט די חברי הנהלה האט זיך זייער געשלעפט, אבער איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז מיר געווען ווערד צו קומען קיין ארץ ישראל נאר פאר די מיטונג, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, עס זאל זיין מסודר ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


דאנערשטאג בין איך געגענגען מיטן מגיד שיעור, ער האט מיך באגלייט אין מקוה, שחרית האב איך געדאווענט אין אונזער שול, איך האב עולה געווען, און נאכן דאווענען האב איך געגעבן א גמרא שיעור. ר' אהרן שלעזינגער האט מיר געברענגט דעם דריטן באנד "ותחיין את הילדים", הערליך שיין, א הערליכע ארבעט, צאמגענומען עצות פאר חינוך, די ספר מאכט א דורכברוך אין די וועלט.


פון דארט בין איך ארויף אין חדר צו די עלצטע כיתה, דער מלמד איז ר' יוסף כ"ץ, די קינדער זענען זייער וואויל, זיי האבן געזינגען די צוויי "ואני'ס", אין בני ברק חדר האבן זיי נישט געוואוסט אז מען מאכט אן עסק פון ביידע "ואני'ס", איך האב זיי געזינגען אויף די צווייטע "ואני" נאך א פשט, די פשט וואס דער רבי זאגט אין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט, "ואני", און איך יעקב, "נתתי לך שכם אחד אל אחיך", וואס מען איז זוכה דורך תפילה, צו ווערן בעל הבית אויף די דריי חלקים פון די וועלט, "ש'פל כ'וכב מ'זל" וואס איז די ראשי תיבות "שכ"ם", און אפילו מען איז נעבעך בשפל המדריגה, מען ליגט אין בלאטע, אין עבירות, אבער דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו קומען פון ש'פל צו כ'וכב, ביז מען ווערט גאר ביי די מדריגה פון א מ'לאך, דאס איז "שכם", איך האב זיי דאס געזינגען זייער שיין, די קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


אויפן וועג אהיים פון חדר בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' משה כהנה, ער האט א זון אין ישיבה, ער דאווענט ביי אונז, זיין מאמע איז אוועק. איך האב מנחם געווען אויך זיין טאטע, דער גרויסע תלמיד חכם, הרב הצדיק רבי אייזיק כהנה שליט"א, א רב אין די עדה החרדית, און פון דארט בין איך געגענגען געבן א שיעור פאר די אברכים, דאס איז מיר געווען זייער חשוב, איך האב שוין געהאט געזאגט לאנג צוריק פאר ר' משה שמואל וואס ער לערנט די תלמידים די חתנים אין ישיבה, אז ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וויל איך לערנען מיט די פרישע אינגעלייט פריוואט, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


נאכדעם זענען מיר געזיצן נאכאמאל מיט די גבאי המוסדות ר' אהרן וועבערמאן מיט די הנהלה, אויסארבעטן ווי אזוי צו פירן די מוסד; איך רעד נישט די וועג פון חינוך, מיר האבן גערעדט ווי אזוי די געלט, די פאנדרעיזינג זאל ארבעטן, איך האב זיי געזאגט כמה פעמים אז די הצלחה פון א מוסד איז נישט די געלט, דער הייליגער סאטמער רבי האט געזאגט: "א מוסד פארמאכט זיך נישט אז עס פעלט געלט, א מוסד פארמאכט זיך אז מען קריגט זיך", און אז מיר וועלן לעבן מיט ליבשאפט וועלן מיר זייער מצליח זיין. אזוי ווי א שטוב, טאטע מאמע קענען לעבן און ערציען די קינדער אן געלט, מען בארגט און מען זארגט וכו', אבער אויב מען האט זיך נישט ליב, מען באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן - איז א רחמנות אויף די קינדער; עס איז מיר ווערד געווען אוועק צו געבן שעות אויף שעות עס זאל זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג צווישן די חברי הנהלה ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן.


אויך בין איך געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע לערערינס פון אלע בית פיגא'ס, איך מיטן מנהל זענען געזיצן אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געזיצן די לערערינס, מען האט גערעדט פון שאלות וואס לערערינס דארפן וויסן (איך האף צו קענען שרייבן שיינע תשובות אויף אלע שאלות).


נאכדעם זענען מיר געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע מלמדים פון אלע חדרים; ירושלים, טבריה און בני ברק. ערשט האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין די דירה, מען האט געשמועסט אלעס וואס איז נוגע פאר חדר. אברהם רוטמאן איז געקומען מיט זיין משפחה, ער האט געמאכט א חאלאקע, איך האב אפגעשוירן אביסל האר פון זיין זון און אים געבענטשט, איך האב הכרת הטוב פאר אים פאר אלעס וואס ער טוט פאר מיר און פאר די מוסד.


פון דארט בין איך געפארן אין שול געבן די ליל שישי שיעור, עס איז געווען אביסל שווער פארן עולם ווייל עס האט גערעגנט, די שול איז געווען אנגעפאקט, און די מענטשן פון גאס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען געווארן נאס.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון די ערשטע רש"י, "למה פרשה זו סתומה", פארוואס איז פרשת ויחי פארשטאפט? מיר האבן גערעדט אז דאס וואס מען זעט ביי זיך 'פרשת סתומה', מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן, דאס קומט פון יעקב אבינו ווערט נפטר, מען לעבט נישט מיטן צדיק; און איך בעט דיר אלס מגיד שיעור, דאס זאלסטו רעדן צו דיינע תלמידים, אז מען מוז לעבן מיט א צדיק, און מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, רעד צו זיי שיין און זיס, זיי זאלן בוחר זיין בטוב.


אויך האב מיר גערעדט פון דעם וואס יעקב אבינו האט גענומען יוסף'ס קינדער און זיי ארומגענומען, געקישט און געהאלזדט, ווייל נאר אזוי קען מען מאכן די דורות זאלן זיך ווייטער ציען, מיט ליבשאפט, און נאר אזוי קען א מגיד שיעור מצליח זיין, אז מען רעדט מיט ליבשאפט, נאר אז מען האט ליב די קינדער.


נאכן שיעור בין איך צוגעגאנגען צו א בר מצווה פון א משפחה וואס ביי זיי פלעג איך אמאל איינשטיין ווען איך פלעג קומען אין ארץ ישראל, גאר א חשוב'ע משפחה, סיי דער טאטע און סיי די מאמע, א ברסלב'ע משפחה, משפחת בורנשטיין. ביי זיי אין שטוב האט זיך אלעס אנגעפאנגען, ביי זיי אין שטוב איז געווען די ערשטע שיעור וואס איך האב געגעבן אין ירושלים, איך האב געגעבן דעם בחור א מתנה א אידישע אשר בנחל.


פון דארט בין איך געפארן מיט שמעון עוזר צום עירפארט, אויפן וועג אהיים איז געווען זייער שווער צו פארן, עס איז געגאנגען א גאס רעגן, מען האט ממש נישט געקענט זען וואו מען פארט.


אויפן וועג בין איך געשלאפן די גאנצע וועג, פרייטאג פארטאגס זענען מיר אנגעקומען בשלום אהיים.


שמעון פיש האט מיך אפגעווארט און גענומען אהיים, שבת בין איך געווען אין ישיבה, עס איז געווען שיינע דיבורים אין ישיבה.


אויך נעכטן זונטאג בין איך געפארן קיין קווינס געבן א שיעור פאר א ספרדי'שע קהלה, זיי זענען מיר געקומען בעטן אז זיי ווילן הערן דעם רבינ'ס עצות ווי מען געבן דאס איבער אין היכל הקודש, איך בין געגאנגען צו זיי. איך האב זייער הנאה געהאט, טייערע ליכטיגע ספרדי'שע אידן אנגעפילט מיט תמימות, הלואי זאלן מיר האבן אזא תמימות און אזא אמונת חכמים.


איך שרייב דיר נאכאמאל אז עס טוט מיר זייער וויי אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה, אז די בחורים זאלן מקבל זיין די פאר יאר וואס זיי זענען אין ישיבה וואס מיר האבן איבערצוגעבן פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; איך וויל דו זאלסט עס צוריק מאכן.


איך וויל זאלסט רעדן מיט משה שמואל, ומקבלין דין מן דין; ווייל וואס איך רעדט מיט אים איז נוגע פאר דיר און וואס איך זאג דיר איז נוגע פאר אים, איך וויל ענק זאלן קענען אריינלייגן דאס מערסטע אין די תלמידים.


איך מוז אהיים לויפן, זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#277 - אלע בחורים זאלן זיין ביים שיעור
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש


עס איז נישט ריכטיג דאס וואס מען ענדיגט ישיבה פריער און מען שיקט אהיים די בחורים פאר די שיעור פונעם ראש ישיבה, עס איז דאך דאס וויכטיגסטע שיעור, דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן, פון די שיעורים וועלן זיי קונה זיין אזויפיל יראת שמים, און אמונה, און קדושה, און אזוי ווייטער.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט צוריק מאכן ישיבה, און פארלאנגען פון יעדן בחור בלי יוצא מן הכלל, אלע זאלן זיין ביים שיעור, סיי די בחורים וואס העלפן אין חדר, סיי די בחורים וואס דרייוון די שאטל, סיי די וואס קאכן; אלע דארפן זיין ביים שיעור, רעד צו די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פאר א אוצרות זיי קענען קונה זיין ביים שיעור, און אויך די בחורים וואס זענען זיך יעצט מתמיד אין לערנען מסכת תענית – זאלן זיצן ביים שיעור.


און דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט וואס דו ביסט שוין עוסק קרוב צו צוואנציג יאר, צו מחזק זיין בחורים, זיי שטארקן צו הערן שיעורים און לערנען די בריוון וכו' וכו'.


 

#276 - אן אויסגעצייכנטער תלמיד
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


יעצט ווען איך בין דא אין ארץ ישראל זאגט מיר דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר אז דו ביסט אן אויסגעצייכנטע תלמיד, סיי מיט העלפן די ישיבה, סיי מיט האבן א געפיל פאר א צווייטן, און מיט דיין כיבוד אב ואם; איך בין זייער צופרידן דאס צו הערן.


שטארק זיך, גיין אן מיט דיין עבודת השם, מיטן העלפן אין ישיבה מיט וואס מען דארף, משמש זיין דעם רבי'ן איז א זאך וואס בלייבט לנצח.

#275 - נאכ'ן לעפל מוסר, באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות
חינוך הילדים, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור וכו', ערשטנ'ס עס איז נישט אזוי זיכער אז די מעשה איז בכלל וואר, צומאל קען א בחור מאכן א פאלשע מעשה אויף זיינ'ס א חבר אין ישיבה צוליב קנאה. את חטאי אני מזכיר היום, מיט יארן צוריק, ווען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נאך געלעבט, האב איך פארשיקט א בחור פון ישיבה, נאכדעם וואס איינער פון די בחורים זענען זיך געקומען באקלאגן, מיט טרערן אין די אויגן, אויף יענעם בחור, אז ער האט אים באצווינגען און געטון מיט אים מעשה תועבה רחמנא לצלן, ער האט אים געבינדן די הענט און די פיס און געטון וכו' וכו'; איך האב פארשיקט דעם בחור, נאכן הערן אזויפיל מאל פון מוהרא"ש ווי ער ווארנט מיך אז איך זאל אכטונג געבן אז אין ישיבה זאלן נישט זיין בחורים וואס לויפן נאך אנדערע בחורים וכו'.


די קומענדיגע דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור, ווען מיר זענען געגאנגען שעפן חיות פון מוהרא"ש; דו האסט נישט קיין השגה, ווי שטארק מיר האבן ארויסגעקוקט א גאנצע וואך ווען וועט שוין זיין ליל שישי און מיר וועלן קענען נאכאמאל זיצן און הערן א שיעור פון מוהרא"ש; דאס האט אונז געגעבן פשוט לעבן און כח פאר נאך א וואך. און די וואכן וואס מוהרא"ש איז געווען אין ארץ ישראל, און עס איז נישט געווען קיין שיעור ליל שישי, איז אונז ממש געווען טינקל אין די אויגן.


נאכן שיעור ווען איך בין אריין צו מוהרא"ש, פרעגט מיך מוהרא"ש: "פארוואס האסטו פארשיקט דעם בחור?" האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש די מעשה וואס דער אנדערער בחור האט מיר דערציילט, און ווי ער האט געוויינט מיט טרערן אז ער וויל זיין ערליך און דער בחור באצווינגט אים צו טון מיט אים עבירות. מוהרא"ש קוקט אויף מיר און פרעגט מיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת?" מוהרא"ש זאגט מיר: "נישט יעדע מאל ווען איינער דערצייילט א מעשה - איז דאס וואר"; מער פון דעם האב איך נישט געדארפט, איך האב גלייך צוריק גענומען דעם בחור אין ישיבה, און געלויבט דעם אייבערשטן, ביידע בחורים האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שיינע ערליכע אידישע שטיבער.


דאס זעלבע פרעג איך דיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת? נישט יעדע מאל ווען איינער דערציילט א מעשה איז דאס וואר".


צווייטנס, אפילו עס זאל יא זיין אמת די מעשה, אז דער בחור האט געזאגט פאר א צווייטן בחור ווי אזוי מען קען אויפזוכן שלעכטע זאכן צו קוקן, דארפסטו – אלס מחנך – אים ווייטער ליב האבן, און נאר אזוי וועסטו אים קענען מאכן פאר אן ערליכער איד.


רעד צו דיינע תלמידים אז מען זאל אכטונג געבן צו האבן ריינע אויגן, געב זיי א לעפל מוסר און נאכן געבן דעם לעפל מוסר באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות, אז אפילו מען איז אראפגעפאלן אין קוקן עבירות, האט דער אייבערשטער נאכאלץ ליב דעם מענטש און מען קען נאך זיין א גרויסער צדיק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דורך גיין אין מקוה, זאגן תיקון הכללי און זאגן ח"י פרקים משניות. ווייל מוהרנ"ת האט אונז געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען געבט דעם מענטש דארף מען אים אנגיסן מיט א שיסל חיזוק", און דאס איז זייער וויכטיג פאר מחנכים; סיי מלמדים, מגידי שיעורים, לערערינס, מנהלים, מנהלת; ווען מען געבט א לעפל מוסר פאר א תלמיד, א תלמידה, דארף מען געדענקען פון מוהרנ"ת, אנצוגרייטן א שיסל חיזוק מיט ליבשאפט צו גיסן אויפן מענטש, ווייל דער סמ"ך מ"ם האלט אין איין צעקלאפן דעם מענטש אינערליך, ער מאכט אים שפירן ווי דער אייבערשטער האט אים שוין מער נישט ליב, ספעציעל, גייען די בני הנעורים אריבער די סארט געפילן, זיי שלאגן און האקן זייער נפש אז 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין, א צדיק וועל איך שוין זיכער נישט זיין, צוליב מיינע עבירות וואס איך האב שוין געטון'.


טייערער ליבער ..., דאס וואס דו האסט מיר געשריבן אינעם בריוו וכו' וכו', געדענקזשע וואס איך האב דיר געלערנט, אז די זעלבע מחשבה וואס דו האסט אויף א תלמיד, אז ער דארף דיך נישט, ער איז ברוגז אויף דיר און ער פירט מיט דיר א רוגזה, די זעלבע קטנות הדעת האט דער תלמיד, ער טראכט דאס זעלביגע, אז 'דער מגיד שיעור האט מיך נישט ליב, און דער מגיד שיעור איז ברוגז אויף מיר, און דער מגיד שיעור פירט מיט מיר א רוגזה'; ווען באמת איז דאס נישט אזוי, דער תלמיד שטייט און ווארט אויף א גוט ווארט פון דיר, ער שטייט און ווארט צו באקומען א ליבליכע שמייכל, און ער קען דאס נישט באקומען צוליב דעם וואס דו ביסט בקטנות הדעת.


גיי אביסל התבודדות, זוך זיך אויף א שטילע ווינקעלע, און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן הייליגן באשעפער, בעט אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין בגדלות המוחין, איך זאל קענען אויפהייבן אלע מיינע תלמידים, איך זאל זיי אלע ליב האבן, און איך זאל נישט גלייבן ווען מען רעדט צו מיר אויף זיי שלעכטס, העלף מיר איך זאל האבן חן ביי זייערע אויגן און זיי זאלן האבן חן אין מיינע אויגן, און ווען איך זע ווי א תלמיד בלאזט אויף מיר, זאל איך געדענקען אז דאס איז נישט ווייל ער איז מיך נישט גורס, איך זאל געדענקען אז דאס איז א סימן אז ער איז צעבראכן, דאס איז א סימן אז ער דארף פון מיר מער ליבשאפט און ווארעמקייט פון אנדערע".


איך דארף מקצר זיין, איך בין זייער פארנומען מיט די ארבעט.


לייג אוועק די בריוו ווייל דו וועסט דארפן די בריוו לימים הבאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#274 - מצוה טאנץ איז נאר פאר משפחה
ישיבה, מצוה טאנץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מאכן די חתונות אין שול, פארן זינגען ביי די חופה און אויסרופן "יעמוד" ביי מצוה טאנץ.


איך וויל דיר בעטן, אין אנהייב ווען מיר האבן אנגעהויבן די חתונות אין ישיבה האב איך איינגעפירט א תקנה אז בחורים קענען נישט זיין ביים מצוה טאנץ, דער שמש וואס האט אויסגערופן יעמוד האט אויסגערופן נאכן בענטשן אז אלע בחורים פון ישיבה דארפן אהיים גיין, און ווי לאנג ער האט געזען בחורים אין בית המדרש האט מען נישט אנגעהויבן מיטן אויסרופן, זעט אויס מיט דער צייט איז דאס פארגעסן געווארן, וויל איך דיר בעטן, פון היינט און ווייטער זאלסטו נאכאמאל אויסרופן איידער מען הייבט אן מצוה טאנץ דעם לשון: "אלע בחורים זאלן אהיים גיין, מצוה טאנץ איז נאר פאר משפחה", און אז די בחורים מאכן זיך נישט צוטון זאלסטו ווארטן ביז זיי וועלן אהיים גיין.


אויך זאלסטו בעטן דיין ווייב, זי העלפט ביי די ווייבער זייט, אז זי זאל זאגן פאר אלע בית פיגא תלמידות זיי זאלן נישט בלייבן ביים מצוה טאנץ.


איך וויל עס זאל זיין קדושה וטהרה ביי אונזערע ד' אמות, און אז נישט וועל איך מער נישט קומען טאנצן מצוה טאנץ אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#273 - זאלסט נישט רייכערן
חברים, בחור, ישיבה, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בעט דיך און איך ווארן דיך – דו זאלסט נישט רייכערן און נישט זיין אין א שמועס מיט בחורים וואס רייכערן; דו ביסט א יונגער איידעלער בחור, איך וויל דו זאלסט בלייבן איידל.


טייערער ליבער ..., נעם זיך גוטע חברים, וואס רעדן פון אמונה, און פון אמונת חכמים. איך קוק ארויס אויף דיר, איך וויל דו זאלסט וואקסן אן ערליכער איד, "אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד" – אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח).


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך האב דיך ליב, דו ביסט מיר איינגעקריצט טיף אין מיין הארץ, שטארק זיך אין לערנען בכל יום ח"י פרקים משניות, זיי נישט מוותר אויף ח"י פרקים משניות. אויך זאלסטו זאגן א יום תהילים און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיך ברענגען זייער נאנט צום אייבערשטן.


האלט מיט די שיעורים אין ישיבה, בעיקר די שיעור הלכה, דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט); זאלסטו אויסהערן די שיעור ווי דער מגיד שיעור לערנט פאר טור בית יוסף, ראשונים ואחרונים. אין אנהייב וועט דאס אויסזען שווער, אזוי ווי אסאך בחורים פארשטייען נישט וואס עס פעלט אויס צו לערנען טור בית יוסף, וואס קען מען נישט גלייך אנהייבן מיט הלכה למעשה, אבער דאס איז נאר אנהייב, צוביסלעך ווערט די תורה אזוי זיס, מען דארף שוין גארנישט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געלערנט (שם, סימן יז): "מדוע לא תלמד", פארוואס זאלסטו נישט לערנען? "מה תפסיד בזה", וואס וועסטו פארלירן? און אז די תורה וועט דיר ארויסווייזן איר פנים וועסטו שוין גארנישט דארפן, עיין שם.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין.

#272 - העלפן אין שול; רייניגן, ספאנדזשען און פאררעכטן
בחור, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער הארציגער תלמיד הבחור ... נרו יאיר, ירושלים


שטארק זיך מיט לערנען און דאווענען, און ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו העלפן אין ישיבה און אין שול, פרעג די גבאים וואס מען קען בעסער מאכן און אויך אין ישיבה זאלסטו זיין די רעכטע האנט פארן מנהל און מגיד שיעור.


איך האב געזען בילדער ווי דו פארבסט (קאלעכסט) די ווענט אין ישיבה אין ירושלים, דאס איז א גרויסע זאך, משמש זיין דעם רבי'ן; דאס וועט דיר בלייבן.


שטארק זיך מיט לערנען אכצן פרקים משניות. מוהרא"ש זאגט, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, אפילו די גאר שטארקע איינגעגעסענע פלעקן וואס זעט אויס עס וועט שוין בלייבן, דורך משניות קומען זיי ארויס. זאג די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין; משניות רייניגט דעם מענטש, מען ווערט א גרויסער צדיק.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיינע חברים, זיי זאלן אויך העלפן אין שול; רייניגן, ספאנדזשען און פאררעכטן. איך זע פון די קעמרעס ווי דו העלפסט; די אונטערקאם איז צעבראכן, איך קען נישט רעדן, אבער זען - זע איך, און איך האב אזוי הנאה צו זען פון די קעמרע ווי דו רייניגסט די ישיבה, די שול און אזוי ווייטער.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיך זייער ליב, הלואי וואלסטו מיר געשריבן בריוו, מיר זאלן האבן א נענטערע קשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#271 - מיטהאלטן אין ישיבה
בחור, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון די מגידי שיעורים און פונעם מנהל, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מידות טובות.


שטארק זיך טייערער ..., דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, וואס דו דארפסט זאלסט זיך נאר צו אים ווענדן, גיי מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות. גיי אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זיין א צדיק; אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו קומען צו זייער גרויסע מדריגה דורך די פשוט'ע וועג פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די מאמע לשון, איך וויל זייער זיין דיין שדכן, און זיין דיין באגלייטער אין דיין לעבן, מיר איז נישט אינטערעסאנט עס זאל שטיין אויפן וואנט פון די ישיבה בנשיאות מיין נאמען און שוין, איך וויל זיין דיין ראש ישיבה, דיך העלפן מיט אויסלערנען וואס איך האב געהאט די זכי' צו לערנען ביי מוהרא"ש.


קום צייטליך אין ישיבה, דאווען מיט די בחורים, און זיץ ביי די שיעורים פון די מגידי שיעור. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעור וואס לערנען חומש רש"י, גמרא מיט הלכה; איך וויל זייער דו זאלסט זיין ביי די שיעורים. אז דו וועסט מיך פאלגן וועסטו ביז א קורצע צייט זיין א חתן און חתונה האבן מיט גאר א גוטע שידוך.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר שרייבן א בריוו מפעם לפעם, איך וויל זיין נאנט מיט דיר.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#270 - גיין נאך געלט פאר די ישיבה
צדקה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אמאל האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך העלף איינעם פון אנשי שלומינו וואס האט חובות וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "יענער וועט זיך אן עצה געבן, דו זע אז די ישיבה און די הדפסה זאל אנגיין".


דאס זאג איך דיר אויך, זיי מחזק די בחורים און די אינגעלייט זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה, און אויך דער חתן זאל גיין נאך געלט פאר די ישיבה; פון וואו זאל איך האבן געהאלט דיר צו צאלן? פון וואו זאל איך נעמען רענט צו באצאלן פאר די ישיבה? דו זע מען זאל גיין נאך געלט פאר די ישיבה, איך זאל נישט אונטער ברעכן.


וואלסטו געוואוסט וואס פאר אן עול עס ליגט אויף מיר, וואלסטו נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין אז דער מענטש קען שרייבן בריוו פון חיזוק און געבן דרשות פון חיזוק אן דעם וואס מען זאל זען אז דא ליגט א לאסט פון שווערע טויזנטער דאלער געהאלט וועכנטליך פון אמעריקע און פון ארץ ישראל.


איך בעט דיר נאכאמאל, זיי מחזק די בחורים און אינגעלייט אלע זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה, פאר די מוסדות, און די חתנים וואס ווילן העלפן זייערע עלטערן און שטעלן צאם געלט פאר זייער חתונה זאלן אויך העלפן באצאלן די גרויסע חובות וואס די עלטערן האבן פון שכר לימוד.


איך בענק זיך צו דיר און צו די בחורים, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען צו ענק גלייך נאך חנוכה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#269 - היכל הקודש זיך פירן ווי די צוויי צדיקים
צדיקים, היכל הקודש, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאנערשטאג נאכט פרשת בראשית, כ"ה תשרי - איז מיר געבוירן געווארן מיין זון עמרם נרו יאיר. אין שפיטאל ביינאכט האב איך זיך געכאפט אז דער טאג איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו און פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט זייערע וועגן אין עבודת השם; דער הייליגער קדושת לוי האט גענומען די וועג פון מלמד זכות זיין אויף יעדן איד, און דער הייליגער חתם סופר האט אוועקגעשטעלט די וועג פון התבדלות, זיך אפטיילן פון מינים און אפיקורסים.


איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זאגט, אויף די צוויי וועגן האט ער אוועקגעשטעלט קהילות היכל הקודש, מען זאל זיך פירן ווי ביידע צדיקים. די ערשטע זאך איז הלכה, זיך נישט אוועק רירן פון הלכה, שיטת חתם סופר, נישט משנה זיין קיין ריר פון מסורת אבות, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה. און די צווייטע זאך איז, קוקן גוט אויף אנדערע, זוכן דאס גוטס אין אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט אלץ דערציילט פארן אייבערשטן דאס שיינקייט פון אידן, ער האט שטענדיג אויפגעזוכט דאס גוטס אין אנדערע, אזוי זאל זיך פירן די קהילה; מען זאל אויפזוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם.


איך האב אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן, איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש וואס מאכט אונזער מח זאל זיין באלאנצירט; פון איין זייט פארלאנגט מען דאס מערסטע, און פון די אנדערע זייט זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע וואס מען האט יא.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דו זאלסט אזוי פירן די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע אידישקייט
סדר דרך הלימוד, ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זוך אויף אין דיר גוטע זאכן, און זיי זיך מחי' מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט אריין 'וואס איז די תכלית פון די וועלט? וואס האט מען פון אלע תאוות וכו'?' עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם', און ווי אזוי איז מען זוכה צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם, "וְלָבוֹא לְשִׂמְחָה הוּא", און ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? "עַל יְדֵי מַה שֶּׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה עַל כָּל פָּנִים", דורך זוכן גוטס אין זיך, דורך זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע אידישקייט, זיך פרייען אז מען איז א איד, אז מען איז א חלק פונעם עם הנבחר.


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן אנגעהויבן נאך א יאר ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, בנוסף לזה האבן מיר שוין אפאר סניפים אין שטעטל און אין ירושלים. איך געדענק ווען מוהרא"ש פלעגט קומען אין ישיבה כסדר באזוכן מיט אזא שמחה, מען קען זען די בילדער, די שמייכל פון מוהרא"ש; נאכן ליידן אזויפיל יאר רדיפות פון אינדרויסן און פון אינעווייניג פון די וואס פאררופן זיך ברסלב'ע חסידים, צו זען מיט די אויגן א ישיבה וואו בחורים לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


אזויפיל יאר האט מוהרא"ש גערעדט און געשריבן די ווערטער פון רבי'ן פון שיחה ע"ו, וואו דער רבי זאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שַׁבָּת סג.; עֲבוֹדָה זָרָה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תְּהִלִּים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#267 - נישטא העכערס ווי זיין גרייט צו טראגן די קינדער אין חדר
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך בעט דיר נאכאמאל דו זאלסט שטיין אויף דעם אז אפילו די בחורים וואס העלפן דורכן טאג אין די מוסד, אין שול, אין די קהלה וכו' וכו' - אלע בחורים זאלן קומען אין ישיבה, סיי הערן די שיעור התחזקות, און סיי לערנען הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), מען מוז לערנען הלכה, און מען מוז זיך מתבודד זיין; וויל איך אז אלע בחורים זאלן לערנען הלכה און הערן יעדן טאג א שיעור התחזקות.


עס איז כדאי דו זאלסט רעדן צו ר' ... אז דאווענען ותיקין איז טאקע זייער א גרויסע זאך, אבער נאר אויב דאס איז נישט אויפן חשבון פון די חינוך הבנים והבנות; נישטא עפעס העכער'ס ווי זיין גרייט צו ברענגען די קינדער און די בחורים אין חדר, אין ישיבה - לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (קידושין ל.), רבי חייא בר אבא האט געזען רבי יהושע בן לוי גיין אין גאס נישט אנגעטון געהעריג, עס האט אויסגעקוקט אביסל אינטערסאנט, ער האט נישט אן געהאט זיין הוט, נאר אן אינטערעסאנטע צודעק, האט רבי חייא בר אבא אים געפרעגט: "וואס איז מיט דיר? פארוואס גייסטו אזוי אין גאס, וואו איז דיין הוט?" האט רבי יהושע בן לוי אים געענטפערט: "איך יאג זיך צו טראגן מיין קינד אין חדר, און אז דו וואונדערסט זיך וואס איז די יאגעניש? וועל איך דיר זאגן, עס שטייט (דברים ד, ט): 'וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ', און עס שטייט אין די קומענדיגע פסוק 'יוֹם אֲשֶׁר עָמַדְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ בְּחֹרֵב', וואס האבן די צוויי פסוקים פון לערנען תורה מיט קינדער א שייכות מיט די פסוק פון מתן תורה? נאר די תורה לערנט אונז, אז ווער עס לערנט תורה מיט זיין קינד איז דאס אזוי ווי ער לערנט תורה ביים בארג סיני, איך לייג אוועק מיין עבודת השם אבי צו לויפן אין חדר מיט מיין זון"; זעט מען פון דעם אז עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ווי טראגן און ברענגען די קינדער און די בחורים אין חדר און אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#266 - אריינשטעקן דעם קאפ אין ישיבה
מקוה, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר ויזרח


אפילו דו ביסט שוין נישט אין ישיבה, ביסט געגאנגען ארבעטן – דאך זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; דאס וועט אויסרייניגן דיין מח פון אלע שמוץ, עס וועט דיך מאכן פאר אן ערליכער איד.


אויך בעט איך דיר זייער, גיי יעדן טאג אין מקוה, טוב דיך אין מקוה און בעט א שטילע קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, איך וויל זיין ריין און הייליג".


הלוואי וועסטו זיך אריינשטעקן דיין קאפ ווען דו קענסט נאר ביי א שיעור, אדער שמועס – אין ישיבה, הערן רעדן פון רבינ'ס ווערטער. דער רבי האט געזאגט: "ווען מען הערט פון מיר ווערט מען פריש געבוירן כקטן שנולד", מען טוט תשובה, מען ווערט אן ערליכער איד.

#265 - פאלג אלעס די ישיבה
בחור, ישיבה, הדרכות, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט התחזקות פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע קומען לערנען אין ברסלב וכו'; עקשן דיך נישט, פאלג דיינע עלטערן, גיי אין די ישיבה וואו זיי ווילן דו זאלסט גיין.


בנוגע וכו'; פאלג אלעס די ישיבה, סיי מיט נעמען מעדעצין און סיי מיט רעדן מיט די איינגעשטעלטע. אויך זאלסטו זיך קובע זיין א צייט יעדן טאג צו רעדן מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים.


בנוגע גיין תכלת וכו'; נישט דאס איז ברסלב, מאך נישט פון טפל עיקר. אז דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין מיט דעם - זאלסטו נישט גיין מיט דעם, דער עיקר פון ברסלב'ע חסידות איז צוויי זאכן, איינס דאס רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטע פריינד, און די צווייטע זאך איז זיין פרייליך; זיך פרייען מיט דעם אז מען איז א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#264 - לערנען מיט די בחורים, און שפילן מיט זיי
בריוו, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ביים לערנען גמרא האב איך געטראכט א שיינע זאך וואס קען זיין א גוטע חיזוק והדרכה פאר מלמדים.


די גמרא דערציילט (עבודה זרה ג:) דעם אייבערשטנ'ס סדר היום, די ערשטע דריי שעה פון טאג לערנט דער אייבערשטער תורה, די צווייטע דריי שעה איז דער אייבערשטער דן די וועלט מיט גרויס רחמנות, די דריטע דריי שעה שפייזט ער די גאנצע וועלט, און די לעצטע דריי שעה "יושב ומשחק עם לויתן", כביכול ער האט א שפיל מיט די לויתן; פרעגט די גמרא, אין א צווייטע פלאץ זעען מיר אז די לעצטע דריי שעה – "יושב ומלמד", לערנט דער אייבערשטער תורה מיט תינוקות של בית רבן?! די גמרא ענטפערט צוויי תירוצים, די צווייטע תירוץ איז: "הא והא עביד", ער טוט ביידע אינאיינעם; דאס לערנט אונז אז דאס לערנען תורה מיט קינדער דארף צו גיין אויף די וועג פון "הא והא עביד", דער מלמד דארף זיך אויך שפילן מיט זיי, אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער טוט, "יושב ומלמד תינוקות של בית רבן, ויושב ומשחק עם לויתן".


איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען דעם בריוו אויף למעשה, סיי לערנען מיט די בחורים גמרא, און סיי גיין מיט זיי שפילן. מוהרא"ש אמר לי בפירוש, די בחורים זאלן שפילן, די בחורים זאלן זיך אויסגעבן, אבער נאכדעם און פארדעם זאלן זיי לערנען פלייסיג שיעורים כסדרן, משניות, גמרא והלכה.


אויך האב איך דיר געשריבן זייער אסאך בריוו, מאך זיך א קביעות דאס צו איבערגיין און איבערליינען כאילו עס איז א נייע בריוו, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט דאס קענען מקיים זיין.

#263 - מיטהאלטן אלע שיעורים פון ישיבה
בחור, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל נאר דיין טובה, און איך האף צום אייבערשטן דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער פון מיין הארץ.


איך וויל דו זאלסט מיט האלטן אלע שיעורים פון ישיבה, סיי פארמיטאג און סיי נאכמיטאג. מיר האבן געמאכט קורצע זמנים, די שיעורים זענען מערסטנס א שעה. מען לערנט חומש רש"י אנגעפילט מיט יראת שמים, אויך די גמרא שיעור און די הלכה שיעור.


איך זאג דיר, אין אפאר יאר ארום וועסטו מיך דאנקען פארן דאס פארלאנגען פון דיר, איך בעט דיר זייער, האלט מיט די סדרי הישיבה, זיץ ביי די שיעורים, לויף נישט אין וואלד. איך וויל דיך שוין א חתן מאכן, איך וויל דו זאלסט האבן א חיים טובים, טראסט מיך, איך מאך דיר נישט קיין שלעכטס.


עס איז דא גענוג צייט אין טאג פאר שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), עס איז דא צייט צו שמועסן, צייט זיך אויסצולופטערן, איך וויל דו זאלסט זיין ביי די שיעורים פון די מגידי שיעורים.


איך האב דיך זייער ליב, איך בעט פאר דיר.

#262 - העלפן די מוסדות נאר אז מען קומט אין ישיבה
ישיבה, ראש ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו העלפסט אין די מוסדות, דו פירסט די קאך, שוין איבער א יאר וואס דו קאכסט יעדן טאג פרישטאג און מיטאג, און זומער אויך נאכטמאל פאר אפאר הונדערט קינדער כן ירבו; וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיט אזא געטריישאפט.


אבער איך וויל דיר זאגן, איך וויל דו זאלסט זיין די איבריגע חלק טאג אין ישיבה ביי די שיעורים פון ישיבה. עס איז מיר נישט ווערד דאס וואס בחורים העלפן די ישיבה נאר אויב א חלק טאג איז מען אין ישיבה. ווייל דו ביסט נאך יונג און דו דארפסט נאך לערנען ווי צו פירן א לעבן, ובכן בעט איך דיר, דו קענסט ווייטער העלפן די מוסדות נאר בתנאי אז דו קומסט צו די שיעורים אין ישיבה.


אז דו וועסט פאלגן דעם ראש ישיבה – וועסטו נישט דערלייגן, קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון פאלגן דעם ראש ישיבה.


ווייז דעם בריוו פארן מנהל שליט"א, און פאר די מגידי שיעורים, ווייל איך וויל זיי זאלן לערנען מיט דיר, און נישט טראכטן אז דו ביסט אנדערש, דו קענסט טון וואס דו ווילסט ווייל דו העלפסט, איך וויל דו זאלסט זיין א בחור אין ישיבה ווי אלע בחורים.

#261 - אוועקשטעלן די ישיבה אויפ'ן ריכטיגן וועג
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל מחזק זיין דו זאלסט מיר העלפן מיט די ישיבה. די מוסדות האבן זיך שיין אוועק געשטעלט, די חדר פירט דער מנהל און בית פיגא פירט די מנהלת, יעצט איז געקומען די צייט אוועק צו שטעלן די ישיבה. איך וואלט זיך זייער געפרייט אז דו זאלסט זיין דער מנהל, אבער דאס קען נישט גיין מיט נאך זאכן, אז דו נעמסט אויף דיר זיין מנהל מיינט דאס אז אלעס אנדערש פון ישיבה איז א טפל, און די ישיבה איז דער עיקר.


דערפאר ווארט איך צו הערן פון דיר אויב דו ווילסט פירן די ישיבה. מיר עפענען יעצט נאך א כתה, עס קומט ארויף פון תלמוד תורה א כתה בחורים, און איך וויל און איך ערווארט פון זיי שיינע זאכן, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


אויב דו ווילסט זיין מנהל דארפסטו מודיע זיין אלע עלטערן אז מען דארף זיך פריש איינשרייבן, עס גייט נישט אויטאמאטיש, איך וויל די רעגיסטראציע זאל זיין פנים בפנים, דער טאטע זאל אראפקומען אין אפיס און זיך אויסנעמען די תנאים וואס מיר ווילן און וואס מיר פארלאנגען, אזוי וועלן מיר קענען מצליח זיין.


איך ווארט אויף א תשובה.

#260 - מ'פלאנצט איין, און ס'וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות
טעלעפאן, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע די טעלעפאונס אין ישיבה וכו'; אויב די בחורים שפילן און שטערן ביים סדר הישיבה איז גוט זאלסט זיי ערשט זאגן דאס נישט צו טון, און זאג זיי אז אויב מען וועט שטערן די סדר הישיבה, די שיעורים וכו' - קען מען נישט האבן קיין טעלעפאן, און אז עס העלפט נאכאלץ נישט - וועסטו דאס אוועקנעמען, אזוי וועט די ישיבה נישט געשטערט ווערן.


ווער נישט שוואך און ווער נישט צעבראכן; זיין א ראש ישיבה, טון מיט בחורים - איז נישט קיין גרינגע זאך, מען דארף האבן אסאך סבלנות, און דער עיקר דארף מען גלייבן אז די ווערטער פון אמונה, פון קדושה ויראת שמים וואס מען רעדט צו די בחורים - איז א בחינה ווי פלאנצן זומען, מען זעט נישט ווי מען טוט אויף, עס איז בבחינת הלך ילך ובכה, אבער ביים סוף איז בא יבוא ברנה נושא אלמותיו, עס איז ברנה יקצורו, עס וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#259 - מחזק זיין בחורים
ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מחזק זיין בחורים, האלט אן די הייליגע זאך פון שטארקן בחורים, זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט שטענדיג געזאגט אז זיין זאך איז בחורים, מוהרא"ש האט געזאגט, אז זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט נאר פאר בחורים, זיי צו מחזק זיין; ווייל קיינער אין דער וועלט פארשטייט נישט דער צער פון א בחור, א בחור וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, אבער עס גייט אים נישט.


לאז נישט אפ די הייליגע זאך פון מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#258 - אויב איז דא הפקרות, זאל מען פארמאכן די קווארטיר
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש ארץ הקודש


בנוגע די קווארטיר, אז די בחורים גייען שלאפן שפעט און קומען שפעט, עס איז מיט הפקירות וכו'; אין אמעריקע האבן מיר געהאט די זעלבע מעשה און מיר האבן פארמאכט די קווארטיר, צוליב דעם וואס זיי זענען געגאנגען שפעט שלאפן און נישט געקומען אין ישיבה.


אויב ביי ענק איז אויך מעשה הפקר זאלסטו פארמאכן די קווארטיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - א שאד נישט צו זיין אין ישיבה
בחור, ישיבה, נייעס

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט נישט אין ישיבה, א שאד צו גיין ארבעטן. וועסט נאך גענוג ארבעטן, ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו דארפן ברענגען פרנסה, יעצט זארגן דיינע עלטערן פאר דיר, דיינע עלטערן געבן דיר אלעס, איז א שאד נישט צו זיין אין ישיבה, די פאר יאר ישיבה לערנט אויס ווי צו לעבן און ווי צו קענען שווימען אין די שטורעמישע וואסערן וואס גייען אריבער אין לעבן.


קום צוריק אין ישיבה, איך וועל זיין דיין שדכן.


אויך זאלסטו זיך אפגעוואוינען פון הערן די נייעס, מען ווערט פארקלאצט און פארשטייפט.


איך ווארט זאלסט מיר צוריק שרייבן.

#256 - זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן אין ישיבה מיט די בחורים זיי מחזק זיין מיט תורה ויראת שמים, אריינלייגן אין זיי אמונה און אמונת חכמים.


איך וויל דיר בעטן, אזוי ווי דו העלפסט מיר מחזק זיין מיט די בחורים אין ישיבה זאלסטו מיר העלפן מיט די בחורים, קינדער פון אנשי שלומינו וואס קומען נישט אן מער אין ישיבה, זיי אויפזוכן, זיי אנטקעגן גיין, זיי געבן ליבשאפט און ווארעמקייט, ווייל עס שנייט מיר אין הארץ ווען איך זע ווי קינדער פון אנשי שלומינו, ווי זיי קומען נישט, ווי קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מיט דעם פרט, איך האב נישט די מעגליכקייט היינט דאס אליין צו טון. אנהויב ישיבה ווען איך האב נישט געהאט אויף מיר קיין ארבעט, נאר די ישיבה, בין איך זיי נאכגעגאנגען, זיי אויפגעזוכט, היינט ווען די קהילה וואקסט מוז איך האבן נאך אפאר אינגעלייט זאלן מיר העלפן מיט די ארבעט. בעט איך דיר, אנא רחם, האב רחמנות אויף זיי, זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט וכו'.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.