בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א ביטערע טעם ווען דער שידוך האט זיך נישט אויסגעארבעט
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער נישט קיין בא'טעמ'טע עסק ווען מען פארט צו א שידוך און מען באקומט א ניין, עס איז זייער א ביטערע טעם.


איך האף דו געדענקסט די ווערטער פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט דעם כלל אין לעבן: 'ווער עס דארף מיך נישט, דארף איך אים טויזנט מאל נישט'; אז די מיידל זאגט קלאר אז זי וויל נישט ווייטער גיין מיט די שידוך - זאלסטו נישט ווערן צעפאלן, זאג פאר'ן שדכן: "אז זי דארף מיך נישט איין מאל דארף איך איר נישט טויזנט מאל".


מאך א טיקעט און קום צוריק; אויב דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט זיך נישט פארלירן, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען און אנגיין מיט דיין סדר הים אין לעבן - וועט דער אייבערשטער דיר געבן שענערס און בעסערס.


דו ביסט נישט געפארן אומזיסט, דאס איז אויך געווען א בחינה פון א שידוך. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה) יעדעס מאל מען רעדט א שידוך, און זיכער ווען מען טרעפט זיך וכו' - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך, דאס אלעס מאכט נענטער דיין שידוך.