בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדרים ז:): "מר זוטרא חסידא", דער הייליגער מר זוטרא חסידא, "כי מחייב בר בי רב שמתא", ווען ער האט געדארפט לייגן אין חרם א תלמיד זיינער, "משמית נפשי' ברישא", האט ער זיך קודם אליינס אריינגעלייגט אין חרם, "והדר משמית בר בי רב", נאכדעם האט ער דעם תלמיד אריינגעלייגט אין חרם.
דא זעט מען ווי אזוי מען דארף מחנך זיין תלמידים. אין די זעלבע צייט וואס מען דארף אויסלערנען דרך ארץ, און אויב דער תלמיד פירט זיך נישט מיט דרך ארץ, אדער טוט נישט ווי די הלכה און מען דארף אים מחנך זיין און אויס'מוסר'ן - דארף דער מלמד און מחנך געדענקען: 'איך האב אויך חסרונות, איך בין אויך א מענטש און איך קען מאכן טעותים, קל וחומר קינדער וואס מען דארף זיי נאך לערנען ווי אזוי מען דארף זיך פירן', און אז דער מלמד און מחנך געדענקט: 'איך דארף אויך תשובה טון', נאר אזוי קען ער אויסלערנען תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן. ווייל אויב מען פארגעסט פון זיך, מען האלט זיך פאר א מושלם - קען מען חס ושלום גאר שטארק פארשעמען די תלמידים, און נאר אז מען געדענקט 'איך בין אויך געווען א קינד, איך האב זיך אויך פארשפילט און פאר'חלומ'ט, איך האב אויך געטון נארישקייטן', נאר אזוי קען מען ריכטיג מחנך זיין; והבן למעשה.