בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען א פרוי באנעבעכט אייך פארן האבן אזוי נאנט איין קינד צום צווייטן - זאלט איר ענטפערן מיט א שמייכל: "איך בין נישט קיין נעבעך, א נעבעך איז די וואס ווארטן אויף קינדער"; לאזט נישט די ווערטער איבערנעמען אייער מח און צוליב דעם מאכן נישט גוטע החלטות אין לעבן וכו'.
נאך מער זאלט איר וויסן, דאס איז די מאדע ביי אסאך יונגע פרויען; מען טרעפט א צווייטע פרוי און מען וויל זיך באגריסן, מען פרעגט די נאמען און וויפיל קינדער מען האט, און אפילו באמת וויל מען יא קינדער און מען פרייט זיך מיט קינדער - שטעלט מען זיך אהער כאילו מען איז מעכטיג און מען זאגט: "נעבעך, האסט קינדער!" און אנשטאט מען זאל יענעם זאגן: "נעבעך קינדער? איך בין א נעבעך? נעבעך איז ווער עס האט נישט קיין צדיק און נעמט זיין וועג פון לעבן פון די גוי'אישע גאס".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.