בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#467 - שבת אין שול
קינדער, דאווענען, שבת, קבלת שבת, סעודת שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן עס קומט שוין נאכאמאל שבת, דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז), אז שבת זאל מען זיין נאר פרייליך און נאר דאנקען דעם אייבערשטן, און פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז עס איז אריבער אויף דיר נאך א וואך, טראכט איבער דיין וואך אלע זעקס טעג, און קוק גוט דורך די טעג, וועסטו זען אז אלע טעג זענען אריבער מיט אזויפיל חסדים, מיט אזויפיל גוטס, און אויך אין די שווערע טעג איז באהאלטן חסדים פונעם אייבערשטן, און ווען דער בעל תפילה איז מאריך ביי די סוף פון די קאפיטלעך פון לכו נרננה און שירו לה' און אזוי ווייטער - זאלסטו זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן, דאנק אים אויף אלעס וואס איז אריבער די וואך, און בעט אים אויף די קומענדיגע וואך עס זאל זיין מיט הצלחה.


שמועס נישט ביים דאווענען, נעם א פלאץ אין שול וואו מען שמועסט נישט, און האלט דיינע קינדער מיט דיר; לאז נישט די קינדער אויף הפקר, ווייל זייער אסאך מעשיות האבן שוין פאסירט פון נישט גוטע זאכן אין די צייט ווען מען דאווענט שבת אין שול, ווען די קינדער זענען אויף הפקר, זיי דרייען זיך אין ליידיגע חצרות און אין שטילע טינקעלע צימערן, השם ישמרינו.


נאכן דאווענען זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול פון די נייעס פון די וואך; יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט איז נישט קיין צייט פון רעדן נייעס, יעצט איז צייט אהיים צו גיין מאכן א סעודה, לאז נישט דיינע געסט שטיין אין ווארטן, יעדער איד האט פרייטאג צו נאכטס געסט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קי:), פרייטאג צו נאכטס באגלייטן צוויי מלאכים דעם איד פון שול אהיים; פאסט נישט צו לאזן ווארטן די מלאכים אין שול, מען דארף אהיים גיין מאכן די סעודה, נישט בלייבן שמועסן.


גיי אהיים מיט גרויס שמחה, און ווען דו קומסט אהיים זאלסטו זאגן הויך מיט גרויס שמחה: "א גוט שבת", און הייב אן די סעודה מיט גרויס פרייד אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מזרע ישראל, די אויסדערוועלסטע פון די גאנצע וועלט, און מיר זענען זוכה צו היטן שבת, ווייל אין א שטוב וואו מען פרייט זיך, מען מאכט א פרייליכע סעודה - ווערט מען געבענטשט פון די הייליגע מלאכים, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שם), פרייטאג צו נאכטס באגלייטן צוויי מלאכים דעם איד פון שול אהיים, א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - ווינטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך ווינטשן, און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין - ווינטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#466 - אנטון שטרומפ ביינאכט
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, אויב א מאמע פון קינדער שטייט אויף אינמיטן די נאכט צו די קינדער, אויב מען דארף יעדע מאל אנטון שטרומפ נישט צו גיין מיט אויפגעדעקטע פיס?


מען קען נישט זאגן פאר מאמעס מיט פיצלעך קינדער יעדע מאל מען שטייט אויף אינמיטן די נאכט – צו אנטון שטרומפ; די מאמעס שלאפן נישט, די מאמעס מיט די פיצלעך קינדער שלאפן כמעט נישט; אויב מען איז נישט איבערגעשטרענגט פון קליינע קינדער - מה טוב ומה נעים, אבער ווען מען האט די פיצלעך קינדער - קען מען נישט זאגן אז מען מוז דאס טון.


שטארקט זיך מיט די הייליגע ארבעט פון זיין א מאמע פאר קליינע קינדער, דאס איז פון די הייליגסטע עבודות ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#465 - דיינע קינדער קענען געשעדיגט ווערן פון דיין טעלעפאן
קינדער, טעלעפאן, נסיונות, שמירת עינים, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, אוקיטשאובי פלארידע, שכונת לעיק פראנט


מזל טוב פארן זיך אריבערציען אינעם נייעם שכונה, די נייע געגנט אין פלארידע; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס מזל און מיט הצלחה וסייעתא דשמיא.


איך וויל דיר שרייבן א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אויף דיין טעלעפאן וכו'; עס איז נישט ריכטיג צו האבן א טעלעפאן ווען מען האט אין שטוב קינדער, ווייל אפילו דו טראכסט אז דו קענסט זיך אכטונג געבן פון שלעכטס, דו ווייסט ווי אזוי דאס צו ניצן נאר אויף גוטע זאכן, און דו לייגסט ארויף א פילטער - דארפסטו וויסן אז דיינע קינדער קענען פון דעם געשעדיגט ווערן; יונגע קינדער ווייסן ווי אזוי אויסצושפילן די פילטער און אנקומען צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו.


קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים און אינגעלייט, ביטערע שווערע נסיונות, איך ווייס אויך נישט, אביסל ווייס איך, דאס ביסל וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר וויינען ווי שטארק זיי מוטשען זיך, און אסאך זאגן אז גאר אין שטוב פון טאטע מאמע האט זיך אנגעהויבן זייערע יסורים, ביים קוקן אין די טאטע מאמע'ס טעלעפאן; טאטע מאמע ווייסן נישט, טאטע מאמע מיינען אז אלעס איז גוט, אלעס איז פיין, זיי טראכטן: 'עס איז נישט אזוי געפערליך ווי די רבנים מאכן דאס', זיי האלטן זיך קלוגער, אז זיי קענען זיין אפגעהיטן וכו', בשעת ווען זייערע קינדער מוטשען זיך מיט שווערע נסיונות, מיט נסיונות אין קדושה, און מיט נסיונות אין אמונה; טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות השם ירחם פון האבן פוגם געווען מיט די אויגן, מיט קוקן דאס ערגסטע רחמנא לצלן, און דאס טוט אפשוואכן די הייליגע אמונה.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#464 - דער אייבערשטער געבט קינדער, נישט דאקטוירים
קינדער, תודה והודאה, קברי צדיקים, דאקטורים, ענקזייעטי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שרעקט זיך נישט, פאלט נישט אריין אין א פחד, אין ענקזייעטי, אז איר קענט נישט האבן קינדער נאר דורך דאקטוירים וכו'; פארלירט זיך נישט, דער אייבערשטער איז דער וואס געבט קינדער, נישט דער דאקטער איז דער וואס זאגט צי מען קען האבן קינדער אדער נישט; די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.) די שליסל פון האבן קינדער ליגט אינעם אייבערשטנ'ס האנט.


כאפט זיך אריבער צו קברי צדיקים, ביי קברי צדיקים איז א גוטע פלאץ צו מתפלל זיין, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג), ביי קברי צדיקים נעמט מען אן יעדענ'ס תפילות; וועט איר זען ניסים למעלה מדרך הטבע.


פארגעסט נישט צו דאנקען אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, דאס וועט עפענען שערי שמים און ענק וועלן זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#463 - אכטונג געבן יענער זאל נישט האבן צער און ווייטאג
קינדער, בין אדם לחבירו, תפלה, סגולה, ווייטאג

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע בעטן אייער עלטערע שוועגערין וואס איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער – זי זאל טון די סגולה וכו'; עס איז נישט כדאי, עס קען איר וויי טון, מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען וויל רעדן א סגולה וכו' ווי אזוי מען זאגט דאס און ווער עס זאל עס זאגן, אז עס זאל נישט ארויסקומען צער און ווייטאג.


מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס פאר א צער א פרוי וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו קינדער - גייט אריבער; מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן, קיינער קען איר נישט פארשטיין, און ווער רעדט נאך ווען זי גייט צו איר מאמע אדער שוויגער פאר שבת און יום טוב און זעט אירע יונגערע שוועסטער און שוועגערינס קומען מיט די קינדער, און אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, אלע שמועסן איז פון קינדער, און זי זיצט דארט אין די זייט און שלינגט אירע טרערן און עסט אירע טרערן; דאס קען מען נישט פארשטיין.


בעטס דעם אייבערשטן פאר איר, זי זאל געהאלפן ווערן שנעל מיט קינדער, און נעמט זיך פאר גוטע זאכן, גוטע קבלות פאר א זכות פאר איר, זי זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#462 - עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין
קינדער, שלום בית, ווייב, חינוך, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין; ווייל א גאנצע וואך ביסטו טרוד מיט ברענגען פרנסה, דו האסט נישט קיין קאפ און צייט פאר דיין משפחה, איז יעצט ווען עס קומט שבת דארפסטו זיך מיישב זיין; זיך אראפלאזן צו דיינע קינדער, פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, והיעיקר שמועס מיט זיי פון אמונה און פון צדיקים. שבת איז דא אסאך צייט ווען צו שמועסן מיט די קינדער; גייענדיג צום שול און גייענדיג אהיים, און ביי די סעודות איז צייט צו רעדן מיט די קינדער און זיי פרייליך מאכן.


חינוך הייבט זיך אן ביי זיך, אז דער טאטע שמועסט נישט ביים דאווענען, ער דאווענט און הערט אויס קריאת התורה - וועלן די קינדער אזוי טון, ווייל קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס, זאלסטו זיצן אין שול מיט דרך ארץ, שמועס נישט מיט קיינעם, און אויך ביי שלש סעודות זיץ מיט די אידן וואס זיצן ביים טיש מיט שטריימל און בעקיטשע און זינגען זמירות, זיץ נישט ביים עק טיש וואו מען שמועסט און מען שטערט.


דיין ווייב זאלסטו פרייליך מאכן, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קארג, זיי געבעדיג, פארגין איר אלעס, מאך איר פרייליך; וועט דער אייבערשטער מאכן רוען ביי דיר אין שטוב די שכינה הקדושה, און די קינדער וועלן וואקסן ערליך און געזונט.


א פרייליכן שבת.

#461 - מען קען נישט און מען טאר נישט צוריקהאלטן א קינד פון ביידע עלטערן
קינדער, לימוד התורה, גט, שיעור, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר זאלסטו נאכאמאל פרובירן אז דיין ווייב'ס טאכטער זאל רעדן מיט איר טאטע; עס איז אזוי ווייטאגליך צו זען ווי קינדער פון צעטיילטע שטיבער רעדן נישט מיט ביידע עלטערן, מען דארף אלס טון אז קינדער זאלן רעדן צו די עלטערן, און וויי און ביטער איז אויב מען טוט פעולות, מען לאזט נישט קינדער רעדן צו טאטע מאמע; ביים סוף געבט זיך אלעס א דריי ארום און די קינדער זענען זיך נוקם.


איך האב יעצט א מעשה מיט א תלמידה ביי אונז אין "בית פיגא", וואס די מאמע האט נישט געלאזט די טאכטער רעדן און טרעפן דעם טאטן, און די טאכטער האט שוין נישט אויסגעהאלטן און זי איז אנטלאפן פון די מאמע, בקיצור א גאנצע מעשה, יעצט וויינט די מאמע; וואס איז דא צו וויינען? זי האט אלעס גורם געווען; ווייל מען קען נישט און מען טאר נישט אפהאלטן א קינד פון רעדן מיט טאטע מאמע.


זיי זיך קובע א שיעור מיט א חברותא, אדער גיי צו א שיעור מיט א קביעות, לערן גמרא אדער הלכה. דאס לעבן איז אינגאנצן אנדערש ווען מען האט א שיעור אין לערנען תורה, ווייל מיטן האבן א שיעור מיט א חברותא, אדער זיצן ביי א שיעור, אפילו נאר פאר א האלבע שעה – ווערט די גאנצע טאג אנדערש, די שטוב ווערט א תורה שטוב, דער טאטע ווערט א תורה'דיגער מענטש, מען ווערט א תורה'דיגער מאן, אלעס ווערט גוט.

#460 - קיינמאל נישט שניידן די בארד
קינדער, אריז''ל, חינוך, מעשה'לעך פאר קינדערלעך, בארד און פיאות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א פארעם מיט קיען, און ווי א טאטע מיט א אינגל און קליין מיידל קוקן זיך צו, און אין האנט האלט דער קינד א גלאז וואסער. איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך; נישט ממש א מעשה, נאר אריינבאקן אין די קינדער א פחד און מורא צו שניידן די בארד.


קינדערלעך ענק זעען די קיען פאשען זיך? אין די קיען זענען דא נשמות פון מענטשן וואס מען שיקט זיי אראפ נאכאמאל אויף די וועלט צו פאררעכטן די עבירות וואס זיי האבן געטון.


קוק דא, זעסט די גרויסע קי? אין איר איז דא א נשמה וואס פלעגט זיך שניידן די בארד, נעבעך פאר די נשמה, עס איז אזעלכע גרויסע יסורים...


טאטי, ווי אזוי ווייסטו וועלכע נשמות זענען דא אין די בעלי חיים, דו האסט רוח הקודש? ניין קינדערלעך, איך זע נישט און איך ווייס נישט, אבער דער הייליגער צדיק דער אריז"ל האט געהאט רוח הקודש, און ער האט אלעס געוואוסט און אלעס געזען, און ער האט דערציילט אז אויב מען שניידט די בארד, איז נאכן שטארבן, ווען די נשמה גייט ארויף אין הימל שיקט מען צוריק אראפ די נשמה אין א "פרה", אין א קי.


טאטע, איך האב אזוי מורא צו שטארבן, איך וויל נישט אריינגיין אין א קי, קינדערלעך טייערע, אויב מיר וועלן קיינמאל נישט שניידן די בארד און פיאות דארפן מיר נישט מורא האבן, דער הייליגער רבי האט דאס שוין געזאגט: "וואס האט א איד זיך צו זארגן אז ער וועט אוועק גיין פון די וועלט מיט די בארד און פיאות..."


טאטע, איך זאג צו, ווען איך גיי זיין גרויס און האבן א בארד גיי איך קיינמאל נישט שניידן מיין בארד, אבער איך האב אזוי רחמנות אויף די קי, אויף די נשמות וואס זענען אין זיי, וואס קען איך טון זיי צו מתקן זיין?


מאך הויך א ברכה, "ברוך ...", און איך וועל זאגן הויך אמן, וועט די נשמה האבן א תיקון.

#459 - חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג
קינדער, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, דאווענען, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט אריינגענומען געסט אויף שמחת תורה, ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו עפנסט דיין טיר פאר אים מיט א ברייטע הארץ, דו ביסט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים ווי עס דארף צו זיין; דאס איז א גרויסע זאך, דער הייליגער רבי זאגט מורא'דיגע זאכן אויף הכנסת אורחים, קוק אריין אין ספר המידות אות הכנסת אורחים.


דיינע קינדער ווערן שוין עלטער, דארפסטו שוין טראכטן פון חינוך. מוהרא"ש זאגט, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג, ווייל די קינדער זעען ווי אזוי די עלטערן פירן זיך, און אז די עלטערן פירן זיך ערליך און איידל וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן; קינדער וואס זעען דעם טאטן גיין יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג וועלן זיי דאס נאכמאכן, און אז דער טאטע דאווענט נישט - וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען.


מען קען זיך נישט אויפוועקן ווען די קינדער זענען גרויס, מען קען נישט אנכאפן א קינד ביים אויער און אים נייטן צו דאווענען, די וועג ארבעט נישט, נאר אז דער טאטע דאווענט, און רעדט נישט ביים דאווענען - וועט דער קינד אויך דאווענען.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#458 - געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה
כולל, קינדער, הכרת הטוב, נחת, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, און פאר די כולל, ובפרט פארן מקרב זיין מיינע קינדער אין כולל.


מיינע קינדער האבן מיר באוויזן די צעטלעך וואס די רבנים האבן זיי געגעבן ביים זיך פארהערן הלכות בשר בחלב, דאס איז פאר מיר אזא גרויסע שמחה; איך וויל דו זאלסט וויסן אז דאס איז מיר מיין גרעסטע זאך, און איך בין דיר זייער מכיר טובה, און איך בעט דיר דו זאלסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן ווען ער וועט חתונה האבן און גיין אין שטעטל, אים אריינשלעפן אין כולל, אים געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין, און עס זאל נישט ארויסגיין פון דיר קיין שום מכשול, דו זאלסט האבן א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין בני בית, אמן.

#457 - פרייליכע שבת סעודות
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, זמירות שבת, שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר וואוינען נישט ווייט און מיר זעען זיך נאר אין אומאן.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין צו מאכן פרייליכע שבת סעודות אין שטוב, זיך קאנצענטרירן אז די סעודות זאלן זיין נאר פרייליך, נאר זינגען און אויסלויבן אלע קינדער, יעדן קינד אויסלויבן מיט זיינע מעלות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז): "שבת דארף מען זיין נאר פרייליך", און אזוי שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת יתרו, פח; די שטיקל זוהר וואס מען זאגט ליל שבת ביי די סעודה): "הֲוֵי חָדֵי בְּכָל חַד וְחַד", די הייליגע תנאים, די חבריא קדישא פון רבי שמעון בר יוחאי האבן זיך זייער געפרייט שבת ביי די סעודות.


מען זעט קלאר ווי דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה, דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה קומען צו אלעמען ביי די שבת סעודות מיט טריקס אויפצורעגן, און עס זאל זיך טון צווישן די קינדער; דער קינד שטופט דעם קינד, און דער צווייטער רעגט זיך אויף און גיסט אים אן, ביז די עלטערן פארגעסן, און פארלירן זיך, און די טיש ווערט א שטיק ווייטאג און כעס השם ישמרינו; זאלסטו זיך מקבל זיין און זיך קאנצענטרירן אז די צייט פון די סעודות איז רואיג און פרייליך, און מאכן א פרייליכע אטמאספער וכו'.

#456 - אז מען טשעפעט, באצאלט מען געפערליך
קינדער, בין אדם לחבירו, בושה, טשעפען, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ זאלן ענק רעדן צו אייער טאכטער זי זאל נישט וויי טון אנדערע קינדער, עס איז סכנת נפשות, אז מען טשעפעט באצאלט מען געפערליך; ווייזט איר דעם בריוו, עס איז זייער וויכטיג זי זאל ליינען די קומענדיגע פאר שורות איידער זי פארט אין מיידל קעמפ:


עס איז דא מעשיות ביי כמעט אלע סקול'ס, וואו עס איז געווען א נעבעכדיגע מיידל, וואס די קלאס האט איר קיינמאל נישט געלאזט מיט שפילן, רוב פון אירע יארן איז זי געזיצן אליין אן קיין חבר'טעס, און ווען מען האט נאר געקענט - האט מען איר געטשעפעט, און יארן זענען אריבער, און די גאנצע כיתה ליידט, א טייל זענען געבליבן אלטע מיידלעך, א טייל האבן חתונה געהאט און זיך גע'גט השם ישמרינו, א טייל האבן נעבעך נישט קיין קינדער, און א טייל מוטשען זיך מיט נישט געזונטע קינדער השם ירחם, און נאכן מאכן חשבונות: 'וואס גייט דא פאר? ווי קען זיין א גאנצע כיתה זאל אזוי ליידן?' האט מען זיך געכאפט אז מען האט דא פארגאסן בלוט אלע אונזערע יארן פון די מיידל, און יעצט איז געקומען די צייט וואס מען שטראפט אונז אויף דעם; אמאל איז שוין נישט שייך אפילו איבער צו בעטן, ווייל אז מען גייט אריבער די קינדער יארן מיט ווערן פארשעמט און ווערן געפייניגט, ווי איז אפילו שייך איבער צו בעטן? און מען ליידט נאכדעם זייער ביטער.


דעריבער זאלט איר קיינמאל נישט טשעפען א מיידל, און אז מיידלעך מאכן א געשפעט, מען נעמט זיך אויף א נעבעכדיג קינד - זאלט איר נישט לאזן רינען איר בלוט, איר זאלט זיך אננעמען פאר איר, און אויך זאלט איר שטענדיג אויפזוכן די מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס, די מיידלעך וואס קומען פון פשוט'ע שטיבער, וואס קומען נישט אנגעטון מיט די טייערסטע קליידער - און שמועסן מיט זיי און זיי פרייליך מאכן, וועט דער אייבערשטער אייך פרייליך מאכן, ווייל דער אייבערשטער האט ליב די צעבראכענע הערצער, דאס זענען דעם אייבערשטנ'ס פארגעניגן, "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב" (תהלים לד, יט), דער אייבערשטער איז נאנט צו די צעבראכענע הערצער, אזוי וועט איר אויך זיין נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#455 - העלפן מיט די קינדער אין אומאן
קינדער, חינוך הילדים, אומאן, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון העלפן זיין מיט די קינדער אין אומאן, ביים דאווענען און ביים לערנען, און ווען מען מאכט חדר.


טרייב אוועק די מחשבות און די בלבולים אויב עס איז ריכטיג צו לייגן די כוחות ביי די קינדער, און ווען מען גייט צום ציון האט מען נישט די כוחות, מען קומט ווי אן אויסגעקוועטשטע שמאטע, איז אפשר אפלאזן דאס זיין מיט די קינדער וכו'; ליבער ברודער, טרייב זיי אוועק, דאס זענען נישט גוטע מחשבות, וואס וואלסטו געטון ווען מוהרא"ש - וואס איז געווען אונזער מלמד - וואלט געטראכט אויב עס לוינט אוועק צו געבן צייט אין אומאן פאר דרשות און פאר פדיון נפש וכו' וכו', אז אין די צייט וואלט ער געקענט מער זיין ביים ציון; ווי וואלטן מיר געווען? וואס וואלט פון אונז געווען? טרייב זיי אוועק, די בלבולים איז נישט פון די קדושה.


שטארק זיך און קום אויף מיט נאך גוטע געדאנקען מיט וואס מען קען מאכן די קינדער זאלן דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א זיסע יאר מיט אלע ישועות.

#454 - א הערליכע זומער אין מחנה להודות דחסידי ברסלב
קינדער, הכרת הטוב, זומער, מחנה להודות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' יודל איינהארן נרו יאיר


מיר האבן נישט קיין ווערטער צו דאנקען פאר די הערליכע זומער וואס אונזערע קינדער האבן געהאט דעם זומער אין מחנה להודות דחסידי ברסלב; סיי הערשי נרו יאיר און סיי יוסף נרו יאיר האבן אזוי הנאה געהאט יעדע מינוט און יעדע רגע, און דאס איז אלעס צו פארדאנקען דיין געטרייע הארציגע איבערגעגעבענע ארבעט, מיר זענען דיר זייער דאנקבאר, און מיר שיקן א קליינע טיפ, מיט אסאך שעצונג און אנערקענונג.


א כתיבה וחתימה טובה, און א זיסע יאר מיט נחת ביי דיינע קינדער, און מיר האפן לשנה הבאה בירושלים – וועסטו דארט פרייליך מאכן די קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


משפחת ...

#453 - אכטונג געבן וואו מען שיקט א קינד צו בעביסיטן
קינדער, פלעי, געב אכטונג

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקט נישט אייער קינד אין א פלעי גרופ וואס איר ווייסט נישט וואס דארט גייט פאר, אויך נישט צו בעביסיטן; ווייל וואס ווייסט איר וואס פאר א הכשרים זיי ניצן?


א אינגערמאן דערציילט מיר מיט ווייטאג אז ער האט געלייגט זיין קינד בעביסיטן, און ווען ער האט אפגענומען דאס קינד – זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער די באטל מילך איז חלב עכו"ם רחמנא לצלן; קומט אויס אז זיין קינד איז געפיטערט געווארן מיט חלב עכו"ם.


היטס אויף אייערע קינדער, און א שטריימל און בעקיטשע איז נישט קיין הכשר, עס מיינט נאכנישט אז מען קען דארט שיקן, ודי לחכימא...


געבט אכטונג.

#452 - הכרת הטוב פאר'ן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד.


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר זיי.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#451 - מיט תפלה קענט איר האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווער זאגט ענק קענען נישט האבן קינדער נאטירליך? ווער האט אזוי געזאגט? דער דאקטער?! דער דאקטער איז נישט באגלייבט, דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, די תורה האט געגעבן רשות פארן דאקטער נאר אויף איין זאך, אויף היילן דעם מענטש, אבער צו גיין זאגן פאר מענטשן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, אדער מען קען נישט האבן קיין רפואה - דאס איז נישט בארעכטיגט.


מיר האבן תפילה וואס איז העכער פון טבע, דאווענט צום אייבערשטן, בעטס אים מיט רחמנות ער זאל ענק געבן קינדער, און לאכט זיך אויס פון די טבע, נישטא קיין טבע, אלעס איז דער אייבערשטער, אזוי וועלן ענק האבן קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - פאלן אוועק אלע רפואות, מען דארף מער נישט קיין רפואות, ווייל מען ווערט אויסגעהיילט דורך דעם אייבערשטן אליין, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטוירים מיט זייערע רפואות; "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגן אין די מעדעצינען גייען אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#450 - העלפן דעם טאטע זען זיינע קינדער
קינדער, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט העלפן דעם אינגערמאן ... קענען זען זיינע קינדער. איך שפיר פאר א פליכט אים צו העלפן, ווייל ווען איך האב געהאלפן באפרייען די עגונה האב איך די איינע זאך פון זיי געבעטן, אז מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אז דער טאטע זאל קענען זען זיינע קינדער, און יעצט איז שוין איבער א יאר און מען לאזט אים נישט זען די קינדער.


איך האב געהערט די טענות וכו', אבער דאס איז נישט קיין ענטפער אויף צוריק האלטן א טאטע פון זען זיינע קינדער; אפגערעדט פון דעם אז שפעטער קלאפט עס אויס זייער נישט גוט, עס שעדיגט די נפש פון די קינדער, און על פי רוב אז די מאמע האט זיי אפגעהאלטן פון גיין צום טאטן וועלן זיי אוועקלויפן פון די מאמע און גיין צום טאטן, און אזוי אויך אויב דער טאטע האט זיי צוריק געהאלטן פון רעדן און גיין צו די מאמע - וועלן זיי אוועקלויפן צו די מאמע.


טו ווייטער פארן כלל, און אז מען האט דיך מזכה געווען פון הימל מיט די כוחות צו העלפן אידן - זאלסטו נישט קרעכצן אז דו וואלסט ווען געקענט אין די צייט מער לערנען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ה, א): "הָעוֹסֵק בְּצָרְכֵי צִבּוּר", דער וואס טוט פארן כלל, ער העלפט אידישע קינדער - כְּעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", רעכנט מען אים אזוי ווי ער לערנט תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#449 - די ישועה קומט אויסדריקלעך דורכ'ן דאנקען און לויבן
קינדער, תודה והודאה, נסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דער דאקטער שרעקט אפ וכו', ענק זענען דערשראקן און פארלוירן.


נעמט די עצה און סגולה פון לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן; דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – עפנט די הימל פאר ישועות און אויך אויב די טירן פון די ישועה זענען פארשלאסן און פארקלאפט – קען מען דאס עפענען דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אויך זאלן ענק מתפלל זיין, בעטן דעם אייבערשטן וכו', אבער די ישועה וועט קומען אויסדריקלעך דורך דעם וואס ענק וועלן נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און טובות וואס ער טוט מיט ענק.


איך ווייס מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס דער דאקטער האט דערשראקן מיט די זעלבע שרעק וואס מען האט ענק דערשראקן און זיי האבן אסאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס, און זיי האבן זוכה געווען צו א געזונט קינד, און די דאקטוירים זענען פארשעמט געווארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן א, אות יא), "סמיכת גאולה לתפילה", מיט "גניזת ספר הרפואות" – גייט אינאיינעם, עיין שם.

#448 - מיט שמחה וועט איר געהאלפן ווערן מיט קינדער
קינדער, שמחה, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


תחי'


שטארקט זיך און זייט פרייליך, דאס וועט ברענגען אייער ישועה נענטער. שמחה איז די סוד פון הצלחה, שמחה עפנט אויף אלע פארשפארטע פארשלאסענע פארהאקטע טירן.


אסאך פרויען וואס ווארט צו געהאלפן ווערן מיט קינדער – ליגט די ישועה ביי זיי אליין, דאס זיין אנגעצויגן און פארזארגט – דאס האלט צומאל אפ די ישועה וכו', דאס איז על פי דרך הטבע, די דאקטוירים זאגן דאס, אז דאס אנגעצויגנקייט – דאס האלט אפ.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן, זיך פרייליך מאכן, זיך אויסלאכן, ארויסגיין פון די איינגעצויגנקייט וואס קומט פון אנגעצויגנקייט – וועט קומען אייער ישועה.


זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, און אויך דעם יום תהלים מיט שמות הצדיקים. בעטס אייער מאן זאל אייך קויפן א מתנה א ספר שמות הצדיקים, און זאגט יעדן טאג אביסל.

#447 - דאנקען דעם אייבערשטן היט פון עין הרע
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, עין הרע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, ווי מער מען דאנקט – אלץ מער איז מען אפגעהיטן פון עין הרע.


נעמט נישט קיין פרעשור פון אייערע חבר'טעס פון אייער יארגאנג, וואס זיי וועלן זאגן, וואס זיי וועלן טראכטן; ברענגען קינדער איז נישט קיין פארמעסט (רעיס), יעדע משפחה איז א פרשה פאר זיך; פאר איינעם זאגט מען צו ווארטן וכו', פאר א צווייטן זאגט מען נאכמער ווארטן, און פאר א דריטן זאגט מען גאר בכלל נישט ווארטן, און מיט דעם, בנוסף לזה – ווארט מען וואס מען וועט אויסרופן אין הימל; איז נישט שייך צו ווערן צעדרוקט, צו האבן פרעשור וואס וועט זיין ווען די חברט'עס וועלן זיך דערוויסן וכו'.


די בעסטע סגולה צו זיין אפגעהיטן פון עין הרע איז 'דאנקען דעם אייבערשטן'; ווי מער מען זאגט: "שכוח אייבערשטער" – אלץ מער איז מען פארזיכערט אז די שלעכטע אויגן וועלן נישט שלעכטס טון.

#446 - דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט שאדט
קינדער, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אמונה, פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און חס ושלום אריינגיין אין די שלעכטע מחשבות וואס די יונגע ווייבלעך האבן נאך א קורצע צייט פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין קינדער, מען הייבט אן טראכטן די שלעכט מחשבות אז מען וועט שוין נישט האבן קיין קינדער און די מחשבות אליינס זענען די גורם וואס האלט צוריק קינדער, ווייל דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט - דאס האלט אפ פון האבן קינדער, אזוי ווי די דאקטוירים אליינס זאגן, און דאס פרייליכקייט ברענגט קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; זעט מען פון דעם אז די ווייב דארף זיין פרייליך צו קענען ברענגען קינדער.


זייט פרייליך, און זייט זיכער אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער. נעמט די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז קאפיטל ק', די קאפיטל פון 'מזמור לתודה', איז מסוגל צו געבוירן; און אויך איז דאס מסוגל אנצוהייבן ווארטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#445 - העלפן בית פיגא איז מסוגל פאר קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך ווייס אז איר זענט פארווייטאגט, איר ווילט שוין אזוי שטארק האבן נאך קינדער, און דאס ווארטן און ווערן יעדע מאל אנטוישט ווארפט אייך אראפ אין א דערביטערטקייט.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס איר האט יא, דאנקט אים פאר אייער טייער קינד; דאס וועט ברענגען נאך ישועות. ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – ציט מען צו זיך ישועות און רפואות און ניסים למעלה מדרך הטבע.


אויך זאלט איר העלפן אין "בית פיגא", יעצט ווען איר האט נאכנישט קיין קליינע קינדער האט איר צייט, זאלט איר קומען אין בית פיגא און העלפן מיט וואס איר קענט; העלפן בית פיגא איז מסוגל פאר קינדער.

#444 - ממש בקרוב גייען ענק זוכה זיין צו זרע של קיימא
קינדער, כיבוד אב ואם, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך האב ענק שוין געשריבן צענדליגער בריוו, און נאך אביסל, ממש בקרוב – גייען ענק זוכה זיין צו זרע של קיימא. עס קען אויסקוקן אביסל אינטערעסאנט וואס איז יעצט מיט דעם בריוו, אבער איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט ענק געבן קינדערלעך בזכות די אלע גוטע זאכן וואס ענק ביידע טוען, איך וויל ענק בעיקר בעטן ענק זאלן נישט פארלירן ענקער אמונה ובטחון, ענק זאלן ווייטער זיין שטארק גלייבן אז דער אייבערשטער וועט ענק העלפן.


איך ווייס עס איז ענק זייער שווער, בפרט ווען עס קומט די צייט וכו' און מען זעט אז מען איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן, עס ווערט צוריק טונקל, עס קומט א שווארצע וואלקן וכו', דאך בעט איך ענק זייער, שטארקט אייך אינאיינעם מיט אמונה ובטחון, און פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה, פארטרייבט די קליפות וואס ווילן ענק אריינווארפן אין יאוש.


די חנוכה טעג קומען שוין, חנוכה זאלן ענק זינגען און טאנצן 'על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך'.


נעמט ענק פאר א גוטע קבלה אין די מצוה פון כיבוד אב ואם, נעמטס ענק פאר צו רופן יעדן טאג ענקערע עלטערן און זיי פרייליך מאכן מיט א ווערטל וכדומה, וועלן ענק זוכה זיין אז ענקערע קינדער וועלן ענק פרייליך מאכן.

#443 - דער אייבערשטער קען געבן קינדער
קינדער, אמונה, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך נישט מייאש, דער רבי לערנט אונז: "קיין יאוש איז נישט פארהאנען", דער אייבערשטער איז א כל יכול, ער קען געבן קינדער, אפילו ווען דאקטוירים זאגן אז מען קען נישט האבן קינדער – קען דער אייבערשטער געבן קינדער, מען דארף נאר זיין שטארק מיט אלע כוחות, אנגיין מיט עבודת השם מיט שמחה און חס ושלום נישט האבן קשיות אויף די אמונה, נישט האבן קיין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, נאר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס דא פירט זיך מיט א פינקטליכע חשבון. מיר זענען שוין אלע דא געווען, און ווער ווייסט וויפיל מאל מיר זענען שוין דא, די וויפילטע גלגול.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן טון וואס די תורה זאגט, מיר דארפן מתפלל זיין זוכה זיין צו ברענגען דורות און אויך ברענגען די עכטע דורות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט זייער געמוטשעט דעם רבי'ן פאר א ברכה און הבטחה, האט אים דער רבי געזאגט: "וואס פארפירסטו אזוי? אוודאי איז גוט צו האבן קינדער, אבער די קינדער איז דאס דינען דעם אייבערשטן, (אגב, פון דעמאלט האט דער איד מער נישט געבעטן און נישט געמוטשעט, ביז איין מאל האט אים דער רבי געזאגט: "ברענג מיר הונדערט רובל", נישט קיין זילבערנע, נאר די פשוט'ע רובל, און ער האט זוכה געווען צו א בן זכר), ויהי רצון דו זאלסט אויך זוכה זיין צו א בן זכר און מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, אמן.