בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביסט אראפגעפאלן, גיי אין מקוה און זאג תיקון הכללי
מקוה, תיקון הכללי, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט געהאט א מקרה לילה - זאלסטו גיין אין מקוה, טובל זיך מיט א לב נשבר, און זאג די צען קאפיטלעך תהלים וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען, די תיקון אויף מקרה לילה; צו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים - קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ, און דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צב), ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהלים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


זאג די תיקון הכללי, און אז דו קענסט זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה פון רבי נתן, די תפילה אויף תיקון הכללי; זאג די ווערטער ביי די תפילה: "וּבִפְרָט כָּל הַטִּפּוֹת שֶׁיָּצְאוּ מִמֶּנִּי בַּלַּיְלָה הַזֹּאת, עַל יְדֵי מִקְרֶה לַיְלָה שֶׁקָּרָה לִי בַּעֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", אין אידיש [איך טו תשובה אויף די עבירה וואס האט פאסירט מיט מיר די נאכט, איך בין טמא געווארן מיט מקרה לילה], מען קען צעגיין פון די תפילה, דאס הארץ ווערט צעריסן פון די תפילה, ווי מען בעט: "מָר לִי מְאֹד אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם", עס איז מיר אזוי ביטער טאטע אין הימל, "מָר לִי מְאֹד רִבּוֹן כָּל הָעוֹלָמִים", עס איז מיר אזוי ביטער הייליגער באשעפער, "רְאֵה אַנְחָתִי וְאַנְקָתִי", קוק ווי איך קרעכץ, "כִּי נַפְשִׁי מָרָה לִי מְאֹד", עס איז מיר אזוי ביטער, "עַד אֲשֶׁר אֵינִי יוֹדֵעַ אֵיךְ אֲנִי יָכוֹל לִחְיוֹת מֵעֶצֶם מְרִירוּת נַפְשִׁי אֲשֶׁר עַד גָּבְהֵי שָׁמַיִם יַגִּיעַ", איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען לעבן אזא לעבן, "כִּי קַצְתִּי בְחַיַּי, לָמָּה לִּי חַיִּים כָּאֵלֶּה", איך עקל זיך פון אזא סארט לעבן, וואס דארף איך אזא לעבן? "חַיִּים מָרִים וּמְרוֹרִים מִמָּוֶת", א לעבן וואס איז ערגער פון טויט, און אזוי ווייטער די גאנצע תפילה; די ווערטער פון רבי נתן צערייסט דאך דאס הארץ.


אז דו ווילסט נישט עס זאל נאכאמאל פאסירן זאלסטו טון די סגולה פון הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו נישט אראפצופאלן אין מקרה לילה, ער האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען זיך באקלאגן אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז ער דארף אן עצה, דער מגיד האט אים געגעבן א עצה, שפעטער איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה". דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן, זיינע קינדער זענען אבער שוין געווארן מתנגדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.