בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#93 - גיי כסדר זיך טובל'ן
מקוה, אידישע שטוב, הלכה, מנין

בעזרת ה' יתברך - חשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חתן ... נרו יאיר


טייערער ... נרו יאיר, זע צו לערנען און חזר'ן די הלכות צו קענען היטן די הלכות והרחקות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ערליכע ליכטיגע געזונטע דורות.


מוהרא"ש זאגט, דער צדיק, דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט די הלכות איבער טויזנט מאל; איז דאך זיכער אז מיר, אזעלכע פשוט'ע מענטשן דארפן דאס חזר'ן און חזר'ן אן א שיעור מאל.


אויך זאלסטו זיין פעלזן פעסט צו דאווענען די דריי תפילות אין שול מיט מנין, אויך זאלסטו זיין נזהר אין טבילת עזרא, גיי כסדר זיך טובל'ן, אפילו אינמיטן טאג ווען עס פעלט אויס.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#92 - פארהער נישט דיינע קינדער
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה; אפילו עס איז דיר שווער, און אפילו דו ביסט נישט אזוי מקפיד דורכן וואך צו גיין אין מקוה יעדן טאג - זאלסטו שבת זיך מוסר נפש זיין אויף מקוה.


שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


פארהער נישט דיינע קינדער; קענסט איבער גיין די לימודים וואס זיי לערנען אין חדר, קענסט מיט זיי שמועסן, קענסט זיי העלפן פארשטיין דאס לערנען - אבער נישט זיך אוועק זעצן על דעת פארהערן, און זיי כאפן אויב זיי קענען אדער נישט; אזוי איז יצא שכרו בהפסדו, איז שוין ענדערש נישט.


א פרייליכן שבת.

#91 - די גליקליכקייט פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי
צניעות, מקוה, שלום בית, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען איז יונג, מען איז צוקאכט - זעט מען נישט די מעלה און חשיבות פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי, מען מיינט אז די גליק איז ביי אנדערע, שפעטער ווען מען ווערט אביסל מיושב זעט מען אז איידל און פשוט איז די בעסטע זאך.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע שטוב, דאנק דעם אייבערשטן אז ביי דיר אין שטוב פירט מען זיך מיט הלכות און מנהגים, עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די פרומקייט און די קפידות און די ענינים, זיי עס מחשיב, פריי זיך אז דיין ווייב רופט פרעגן דעם דיין אירע שאלות, פריי זיך אז זי פרעגט אירע ענינים, און אז זי גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, און אזוי ווייטער.


זיי מקפיד צו גיין יעדן אינדערפרי אין מקוה, טו גארנישט איידער דו טובל'סט זיך אין מקוה, און ביים טובל'ן אין מקוה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן די פאר ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער געב מיר א תקוה בזכות וואס איך גיי אין מקוה"; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - אריינשטעקן דעם קאפ אין ישיבה
מקוה, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר ויזרח


אפילו דו ביסט שוין נישט אין ישיבה, ביסט געגאנגען ארבעטן – דאך זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; דאס וועט אויסרייניגן דיין מח פון אלע שמוץ, עס וועט דיך מאכן פאר אן ערליכער איד.


אויך בעט איך דיר זייער, גיי יעדן טאג אין מקוה, טוב דיך אין מקוה און בעט א שטילע קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, איך וויל זיין ריין און הייליג".


הלוואי וועסטו זיך אריינשטעקן דיין קאפ ווען דו קענסט נאר ביי א שיעור, אדער שמועס – אין ישיבה, הערן רעדן פון רבינ'ס ווערטער. דער רבי האט געזאגט: "ווען מען הערט פון מיר ווערט מען פריש געבוירן כקטן שנולד", מען טוט תשובה, מען ווערט אן ערליכער איד.

#89 - גיי אין מקוה, אפילו ס'איז שפעט
מקוה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


נאכן רעדן מיט דיר און הערן אז דו גייסט נישט אין מקוה, נישט בשיטה, נאר יעדן טאג זאגסטו זיך אליין 'מארגן גיי איך גיין', דו לויפסט צו די ארבעט און אזוי גייט אריבער די וואכן און די יארן.


וויל איך דיר זייער בעטן, היות דו פאררופסט זיך א ברסלב'ער חסיד זאלסטו יא גיין יעדן טאג אין מקוה. דער רבי האט דאך געזאגט: "די ערשטע תיקון איז מקוה", דער רבי זאגט מקוה נעמט אוועק אלע צרות און יסורים.


גיי אין מקוה, און אז דו ביסט שפעט – זאלסטו ערשט אריינשפרינגען אין מקוה, און שפעטער טון וואס דו האסט צו טון. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז המתקת הדינים, (שם, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה", מקוה נעמט אוועק אלע שלעכטס, מקוה ברענגט טהרה, ריינקייט, מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען – קען קיין שום מצוה נישט צוברענגען.


איך שרייב דיר ווייל איך וויל דו זאלסט בלייבן אן ערליכער איד, זאלסט נישט פאלן.

#88 - עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר
מקוה, חינוך הילדים, שבת קודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שטוב דארף זיין געבויט פון איין זייט שטרענג, און פון די אנדערע זייט פרייליך, מיין טאטע שליט"א פלעגט ביי די שבת סעודות מאכן גאר פרייליך, און אויך איז געווען א שטארקע דיסציפלין.


ביידע זענען גאר וויכטיג, פון איין זייט דארף מען זאגן פאר קינדער וואס צו טון, מען דארף זיי לערנען דרך ארץ, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען דרך ארץ פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען דארף זיי לערנען וואס צו טון און וואס צו מאכן, און פארלאנגען זיי זאלן פאלגן, און פון די אנדערע זייט מוז דאס זיין באגאסן מיט שמחה, עס דארף זיין זייער זייער פרייליך. בפרט שבת קודש דארף זיין זייער פרייליך אין שטוב, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


נעם דיינע קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז חינוך, לערן זיי אויס ווי זיך צו פירן אין מקוה; נישט רעדן און נישט קוקן. לערן זיי אויס צו שטיין אויסגעדרייט צום וואנט מיט איידלקייט, לערן זיי אויס ווי זיך אויסצוטון און ווי אזוי זיך אנצוטון, וואס ערשט און וואס צווייט וכו'. קינדער זענען נישט קיין עפעלעך וואס וואקסן ארויס פון בוים, קינדער דארף מען אויסלערנען ווי אזוי זיך צו פירן, און אויך בעטן ביים אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן ערליך.


נאך די סעודות שבת, ווען דו ביסט מיד און דו האסט נישט קיין כח, זאלסטו אוועק געבן צוויי דריי מינוט צו בענטשן מיט דיינע קינדער. געווענליך לויפן די קינדער ביים ענדע סעודה צו די שפילצייג, דארף מען זיי רופן צו בענטשן ברכת המזון, זיי אויסלערנען טון די מצוה.


אויך זאלסטו קומען שבת אינדערפרי אין שול דאווענען. עס איז נישט כדאי זיך איינגעוואוינען אויפשטיין שפעט וכו' און זוכן א שפעטע מנין. איך וויל זאלסט פירן דיין שטוב געזונט, די שבת סעודה מאכט מען נישט נאכמיטאג, די שבת סעודה מאכט מען פאר חצות, און דאס קען נאר זיין אז מען דאווענט אין צייט, און אז מען וויל זיך אביסל אפרוען קען מען זיך אפרוען נאכמיטאג; די נאכמיטאג איז אזוי לאנג, מען קען זיך סיי אפרוען און סיי אסאך לערנען, זאלסטו גיין דאווענען פרי און מאכן די סעודה פרי. פיר דיין שטוב געזונט, פיר דיין שטוב ריכטיג, מאך נישט נאך דעם און יענעם, קוק אין ספר עצתו אמונה און אזוי פיר דיין שטוב.


עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר, אויך אינדערוואכן זאלסטו דאס לערנען, אבער שבת זאלסטו דאס לערנען און וואו דו זעסט א תפילה, א געבעט - זאלסטו דאס מיט זאגן ווארט ביי ווארט. זאג די תפילות מיט געוויין, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נעמען דיין שכל און פירן דיין שטוב מיט די עצות פון צדיקים.


א פרייליכן שבת.



 

#87 - זוך א מקוה וואס איז ליידיג
מקוה, קדושה, משניות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי צעשוידערט פון ליינען וואס דו ביסט אריבער אלס יונגער בחור פון רוצחים וואס האבן דיך מטמא געווען אין מקוה; ווי קען זיין אזא זאך פאסירן, נאכדערצו ביי די שענסטע און פרומסטע קהילה? וואס איז פשט?! קיינער זעט נישט? נישטא קיין מקוה איד? נישטא קיין גבאים? אלעס איז הפקר?! ווי קען זיין א מקוה אינמיטן שטאט וואו הונדערטער אידן גייען א טאג און עס זאל פאסירן בריש גלי אז מען איז מטמא בחורים.


יעצט ווען דיין טעראפיסט זאגט דיר זאלסט נישט גיין אין מקוה, ווייל דו ביסט נעבעך קראנק מיט די מחלה פון (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דו קוקסט ווי א משוגע'נער רחמנא לצלן, דו ווילסט וויסן אויב דאס שטימט מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; ענדערש זאלסטו יא גיין אין מקוה, נאר זוך א מקוה וואס איז ליידיג, זוך א צייט וואס איז ליידיג, וועט דיר זיין גרינגער.


אז דו ווילסט געהיילט ווערן פון די טומאה, זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. ווייל ווען מען זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן גייט דער פגם צו די מח. אזוי ווי דער זוהר זאגט (משפטים קי): "סליקא דיסודא עד אבא ואמא", מען פארלירט די מוחין, און דאס קען מען צוריק באקומען דורך לערנען משניות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד, און ווי מוהרא"ש זאגט אז ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - די גרויסע מצוה צו העלפן מיט טהרתן של ישראל
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-מברכים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי', קרית ברסלב


יעצט איז געווארן דריי יאר וואס ענק געבן אוועק פון ענקער צייט פאר די מקוה טהרה נאכט נאך נאכט. עס איז נישט צום פארשטיין ווי אזוי ענק טוען די גרויסע מצוה, ווען די צייט פון פארנאכטס איז א צייט וואס מאן און ווייב פארברענגען, שמועסן וכו', מען רוט זיך אפ פון די ארבעט פון א גאנצן טאג, און פונקט דעמאלט שטעלן ענק אלעס אפ צו העלפן מיט טהרתן של ישראל.


די גרויסע מצוה זאל ענק באגלייטן בזה ובבא.



 

#85 - זאלסט פארן זייער פארזיכטיג און שטייט
מקוה, שטעטל, סכנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, און ווען דו מאכסט א סיום - זאלסטו מיר דאס שרייבן, וועסטו מיר געבן פרישע כוחות. ווייל ווען איך הער אז תלמידי הישיבה לערנען און מאכן סיומים - געבט מיר דאס זייער אסאך כח וויטער אנצוגיין מיט די ישיבה און מיט די קהילה.


אויך זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין אין מקוה. מוהרנ"ת האט מבטיח געווען, ווער עס וועט זיך טובל'ען יעדן טאג פארן אייבערשטן - וועט ביים סוף האבן א תקוה, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


איך וויל דיר בעטן מיט מיין הארץ א טובה, ווען דו פארסט אין שטעטל זאלסטו פארן זייער פארזיכטיג און שטייט. ווייל יעצט זומער ווען די קינדער שפילן זיך אין די גאסן, בפרט אין די גאס ירושלים - דארט איז ממש סכנת נפשות, דארף מען זייער אכטונג געבן, ווייל מען קען חס ושלום שעדיגן א קינד השם ישמרינו, איך האף דו וועסט מיר טון די טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#84 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
תפילה והתבודדות, מקוה, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מלומדות איז א חכמה, פון איין זייט דארפן די קינדער ליב האבן חדר, און עס דארף זיך שפירן א פרייליכקייט אין כיתה, און אין די זעלבע צייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, די קינדער דארפן זיצן שטיל, יעדער אויף זיין פלאץ אן ארויסרעדן א ווארט; אז די צוויי זאכן זאלן גיין אינאיינעם – איז א חכמה, און מיט תפילה קען מען מצליח זיין.


שטיי אויף פארטאגס, גיי שפאצירן מיטן אייבערשטן; בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, זאלסט טון דיין ארבעט בנאמנות; געבן פאר דיינע תלמידים דאס מערסטע וואס איז שייך.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, איך נעם זיך אויס אז אויב מען גייט נישט אין מקוה אינדערפרי – קען מען נישט זיין ביי מיר א מלמד. היות איך ווייס נישט, איך קוק נישט נאך, פארלאנג איך מען זאל זיין אפן מיט די מוסד.

#83 - אפילו דו ביסט אזוי ווי דו ביסט, זאלסטו גיין אין מקוה
מקוה, חנוכה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן דיין טאג מיט מקוה, ענדערש גיי אין מקוה פארן לערנען און זאגן תהילים, ווי איידער צו בלייבן אין שטוב לערנען און זאגן תהילים - אן מקוה. וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון מקוה, צו וואס מען קען זוכה זיין יעדע מאל מען גייט אין מקוה - וואלסטו די ערשטע זאך געלאפן אין מקוה.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון הייליגן מאור ושמש זכותו יגן עלינו (מאור ושמש, פרשת אמור), אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט.


זיי מקפיד אויף מקוה, אפילו דו ביסט אזוי ווי דו ביסט - זאלסטו גיין אין מקוה. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז מלשון 'תקוה', אז מען גייט אין מקוה - האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


קוק נישט אן שלום בית ווי א מאדערנע זאך, כאילו דאס רעדט מען ביי די מאדערנעזירטע פלעצער, און ווי מער פרום מען וויל זיין - דארף מען מער זיך קריגן אין שטוב, חס ושלום אזוי צו טראכטן; דער רבי האט זייער שטארק געווארנט מיר זאלן זיך פירן אין שטוב מיט שלום און ליבשאפט, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען האט זיך געקריגט, און אז דו ווילסט זיין ביים רבי'ן אויף שבת חנוכה (בלייבן אין שטוב און זיין ביים רבי'ן) - זאלסטו זיך איבערבעטן, און פון היינט נאר רעדן מיט דרך ארץ און מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - דער מאן זאל אנגרייטן די שבת לעכט און דאס אפברענען
מקוה, חינוך הילדים, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, מברכין החודש, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז א גרויסער ענין אז דער מאן זאל אנגרייטן די שבת לעכט און דאס אפברענען וכו', און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן פאר דיינע קינדער; אזוי ווי ביים צינדן די לעכט איז אן עת רצון צו בעטן פאר גוטע קינדער, אזוי אויך ביים אנגרייטן די לעכט.


גיי אין מקוה מיט דיינע קינדער, עס איז וויכטיג צו נעמען די קינדער מיט זיך אין מקוה, זיי מחנך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אין מקוה; לערן זיי אויס נישט צו רעדן אין מקוה, און ווי אזוי זיך צו אויסטון און אנטון וכו' וכו'.


זיי פרייליך א גאנץ שבת, זינג און טאנץ, פאטש און קלאטש. שבת איז דער מקור הברכות, אז מען פרייט זיך שבת - עפנט עס אויף די הימל פאר ישועות.


א פרייליכן שבת.



 

#81 - ענדיגן א מקוה טהרה, א סגולה פאר קינדער
קינדער, מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט און וואס דו טוסט פאר די שטעטל, משמש זיין דעם רבי'ן איז א גרויסע זאך, מען איז זוכה צו פאררעכטן אלעס.


איך האב דיר שוין געבעטן זאלסט מיר העלפן מיטן ענדיגן די מקוה ביים בית המדרש אשר בנחל, דאס מאכן כשר פאר א מקוה טהרה. האסט מיר געזאגט דו וועסט מיר לאזן וויסן וויפיל געלט מען דארף; איך ווארט צו הערן פון דיר, איך וויל אזוי שטארק דאס ענדיגן. איך קען שאפן די געלט, עס איז דא אינגעלייט וואס ווארטן אויף קינדער און ווילן כאפן די זכות פון בויען א מקוה טהרה, מענטשן לאזן זיך צאלן הונדערטער טויזנטער דאלער צו בויען א מקוה טהרה, עס זאל זיין א זכות פאר זיי פאר קינדער, און דא קען מען עס האבן פאר אפאר טויזנט דאלער.


איך ווארט זאלסט מיר זאגן אויב דו ביסט גרייט דאס צו ענדיגן, און איך וועל דיר שיקן די געלט, אדער אויב דו ביסט פארנומען, וועל איך בעטן א צווייטן.


א שאד צו ווארטן, ווייל יעצט קען מען נאך אריינכאפן א גוטע רעגן זאל אנפילן די בורות, באלד ווערט אייז קאלט וועט נישט רעגענען, וועט מען דארפן ווארטן ביז נאך ווינטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#80 - נעמען א גרויסע זכות
מקוה, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ערשטנס מזל טוב פאר די שידוך שליסן פון אייער טאכטער ... תחי', דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן אויפשטעלן א פרייליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


איך וויל אייך באדאנקען בשם די גאנצע קהילה פאר די הערליכע תלמוד תורה וואס אייער מאן ר' ... שליט"א פירט אן אזוי שיין, און דאס איז אלעס אייך צו באדאנקען; ער פירט די תלמוד תורה מיט אזויפיל חכמה און אזויפיל סבלנות, ער בויט אויף די קינדער און איז מחזק די מלמדים, יהי חלקי עמו.


איך וויל פרעגן אויב איר זענט מסכים צו נעמען אויף אייך די מקוה טהרה וואס מיר עפענען יעצט אויף אין אייער געגנט אויף ליל שבת, מיר דארפן אן ערליכע און פארשטענדליכע פרוי פאר די אמט, עס איז פון די גרעסטע זכותים וואס מען קען זיך איינקויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - א תיקון פאר'ן זיך אויפרעגן
מקוה, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט זיך אזוי אויפגערעגט - זאלסטו גיין אין מקוה, נאר דורך מקוה וועסטו צוריק ווערן זיך.


טובל זיך צען טבילות און האב אינזין די אותיות אל"ף ה"ה יו"ד ה"ה, יעדע טבילה האב אינזין אן אות, און בעט: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, איך נעם זיך פאר איך וועל זיך מער נישט אויפרעגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#78 - מכשיר זיין די מקוה
מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד הרב רבי ... שליט"א, דיין בקהילתינו קרית ברסלב


עס איז כדאי מען זאל מכשיר זיין די מקוה אויף די גאס דענמען, עס זאל זיין כשר פאר א מקוה טהרה, מען זאל דאס קענען ניצן שבת פאר די משפחות וואס וואוינען אין יענעם געגנט. איך וויל עס זאל זיין אונטער דיין הכשר, זיי מיר מודיע ווען מען קען דאס אנהייבן ניצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - אנגרייטן א פלאץ צו פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס
מקוה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


און נאך צוויי יאר, שנת תשפ"ז, ב' סיון - וועט זיין דעם קומענדיגן סיום הש"ס, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנגרייטן א פלאץ פאר די גאנצע קהילה וואו מיר וועלן פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס.


זיי שטארק אין גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".


אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - ווען מ'איז פרייליך מיט'ן באשעפער, איז מען ביים העכסטן פלאץ
מקוה, שמחה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "מיום שחרב בית המקדש ננעלו שערי תפלה", און אפילו ווען אלע טירן זענען פארשלאסן, אבער 'שערי דמעה' איז נישט פארמאכט; זאגט דער הייליגער צדיק רבי משה לייב מסאסוב זכותו יגן עלינו, די טירן פון טרערן זענען טאקע נישט פארמאכט, דאך איז דא טירן, אבער עס איז דא א פלאץ וואס איז העכער פון וויינען, א פלאץ וואס מען דארף נישט קיין טירן, שמחה; ווען מען איז פרייליך מיטן באשעפער איז מען ביי די העכסטע פלאץ, ווען מען איז פרייליך דארף מען נישט קיין טירן אריינצוגיין, מען איז גלייך ביים אייבערשטן, שמחה ברענגט צו די העכסטע דרגות.


לאז נישט נאך פון זיין פרייליך, קעמף פאר דיין לעבן, זיי פרייליך פאר גארנישט און פאר נישט, און אז דער סמ"ך מ"ם וויל דיך איינרעדן אז דו ביסט א גארנישט, ענטפער אים: 'טאקע, איך בין א גארנישט, דאך בין איך פרייליך, ווייל דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל זיין פרייליך'.


מוהרא"ש איז מדייק אין רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך, דער רבי זאגט נישט 'מנהג טוב להיות בשמחה', 'נכון להיות בשמחה', אדער 'טוב להיות בשמחה', דער רבי זאגט 'מצוה גדולה להיות בשמחה', עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך, און אז דער רבי זאגט מען זאל זיין פרייליך - איז דא אויף וואס צו זיין פרייליך.


גיי אין מקוה, זיי נישט מוותר א טאג אן מקוה; מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער עס ברענגט צו די שענסטע פלעצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - מיר זוכן מלמדים מיט הארץ, מלמדים מיט געפיל
מקוה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, אז דו ביסט זייער מצליח יעצט זומער מיט דיין ארבעט צו לערנען מיט קינדער; וויל איך וויסן, אפשר ווילסטו ארבעטן ביי מיר אין מוסד מיט די קינדער? מיר וועלן דיר שיין באצאלן, ווייל מיר זוכן מלמדים מיט הארץ, מלמדים מיט געפיל, איז לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט ארבעטן ביי אונז אין מוסד.


הויב אן דיין טאג מיט מקוה, שחרית און תיקון הכללי; זיי נישט מוותר אויף די זאכן, בפרט שבת קודש מוז מען גיין אין מקוה, מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, זיך טובל'ען שבת אינדערפרי אין מקוה.


פון דיין ראש ישיבה.

#74 - שפירט נישט שולדיג ווען יענער איז אומפאראנטווארטליך
מקוה, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, נישטא קיין ווערטער צו ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון וואס איר טוט, אז איר געבט זיך אוועק פאר טהרת ישראל, איר געבט אוועק אלעס אז אידישע קינדער זאלן האבן טהרה, אלעס מיט אזא ווארעמקייט און מיט אזא איידלקייט. איך באקום גריסן פון משפחות וואס זיי שרייבן מיר יעדעס מאל זיי נוצן די מקוה טהרה, ווי איבערגענומען זיי זענען פון די איידלקייט און איבערגעגעבנקייט מיט די גוטע געפיל.


בנוגע אוועקשיקן מענטשן וואס באשטעלן נישט פון פאראויס; איך בעט אייך זייער, קלאפט אייך נישט אראפ, שפירט נישט שלעכט און שפירט נישט שולדיג פאר קיינעם, אז מען מאכט נישט קיין אפוינטמענט פון פריער - קען מען ביי אונז נישט קומען, זאלן זיך די פארפאלק שפירן שלעכט אז ביי זיי איז די מצוה נישט חשוב; מילא איינער פארגעסט - איז איין זאך, אבער סיי דער מאן און סיי די ווייב, ווי קען זיין אזא זאך מען וואוינט אין א פלאץ און מען ווייסט אז מען דארף פאראויס באשטעלן, און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג.


איך זאג אייך נאכאמאל, קלאפט אייך נישט, עס האט נישט מיט אייך, לעת עתה קענען מיר נישט עפענען די מקוה טהרה נאר אז מען באשטעלט דריי טעג פון פאראויס, און שפעטסטנס א טאג פאראויס.


עס איז כדאי איר זאלט איבערגעבן פאר אלע משפחות, זיי געבן צו פארשטיין, היות עס איז נישטא יעדע נאכט משפחות וואס דארפן דאס נוצן, איז נאר שייך צו באשטעלן פון פאראויס, און אז מען פארגעסט - איז דאס א סימן אז די מצוות זענען נישט חשוב.


די משפחה וואס איז געפארן קיין קרית יואל און געזאגט פאר די איינגעשטעלטע דארט אז זיי קומען פון ליבערטי און מען לאזט נישט אריין, מיר ווילן נישט עפענען פאר זיי וכו' וכו', און מען האט אייך גערופן פון דארט היתכן מען איז זיך נישט מוסר נפש פאר טהרה; דאס האט גארנישט מיט אייך, דאס האט גארנישט מיט אונז, דאס איז דעם פארפאלק'ס אייגענע פראבלעם און אייגענע אומפאראנטווארטליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - שמחה איז די גרעסטע שמירה
מקוה, שמחה, תיקון הכללי, נערווען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


עס איז נישט גוט וואס דו טוסט, צו קוקן ווען דו גייסט ארויס לצרכיו אויב איז דא טיפות עבים, אויב דו ביסט א בעל קרי. די גאנצע זאך שמעקט פון נערווען, און פון דעם אליינס, פון ארומגיין מיט אן אנגעצויגנקייט – פאלט מען אראפ.


די הייליגע חכמים זאגן קלאר (נדה יג.): "ובאנשים תקצץ"; ווייל פון אזויפיל בודק זיין, פון דעם אליינס קען מען ווערן א בעל קרי.


גיי יעדן אינדערפרי אין מקוה און זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, און אז דו האסט שלעכטע מחשבות – זאלסטו זאגן אסאך גמרא; גמרא רייניגט די מח מחשבה, אויך זאג אכצן פרקים משניות. אבער נישט קוקן יעדעס מאל וכו', ווייל דאס איז נערווען.


שמחה איז די גרעסטע שמירה נישט צו פוגם זיין בברית. מוהרא"ש זאגט, אויפן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'", ווען מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", וועט מען נישט זינדיגן.

#72 - דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע, דאס וועלן מיר מיטנעמען
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס ביסל וואס מען טוט צו העלפן בויען מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער פאר אמונה און תורה – דאס וועט בלייבן לנצח נצחים, און דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע – דאס וועלן מיר מיט נעמען.


א באזונדערע דאנק קומט אייך פארן מאכן אזוי באקוועם די מקוה טהרה; אלע זענען צופרידן, אלע זאגן ווי געשמאק מען מאכט זיי; דאס איז זייער א גרויסע זכות פאר אייך און אייערע דורות.

#71 - ארויסהעלפן א מקוה, א סגולה פאר זרע של קיימא
קינדער, מקוה, הפצה, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פרעג דיין ווייב אויב זי וויל האבן די זכות פון רייניגן די מקוה טהרה צוויי מאל א וואך, דאס איז א גרויסע זכות צו נפקד ווערן בזרע של קיימא. צווינג עס נישט ארויף, פרעג איר אויב זי האט צייט און כח זיך מתנדב זיין פאר די הייליגע ארבעט.


דו זיי ממשיך צו לערנען קצת עיון מיט דיין חברותא, טור בית יוסף און שלחן ערוך. אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, צוויי קאפיטלעך נ"ך, אכצן פרקים משניות, יום תהילים, די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, א פרק תוספתא, א פרק רמב"ם כסדרן, און טייל איין די תיקונים דאס צו ענדיגן יעדן חודש, אזוי אויך ליקוטי מוהר"ן, און נאכדעם גיי הפצה.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף לערנען פארטאגס, דעמאלט קען מען זייער מצליח זיין.


לאז מיר וויסן וועגן דיין ווייב.

#70 - ווען און וויפיל צו עפענען שבת די מקוה אין בית המדרש
מקוה, ראש ישיבה, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב


יעצט הער איך אז דו לאזט נוצן די מקוה פרייטאג צו נאכטס, און ווען מען וויל עס נוצן פאר מקוה טהרה – דעמאלט לאזטו נישט.


איך וואונדער זיך אויף דיר, פארוואס טוסטו דאס? עס איז דאך א חסרון אין צניעות; וואס דארף מען וויסן אויב מען נוצט יא אדער נישט? איך בין נישט צופרידן פון דעם, איך וויל נישט דו זאלסט עפענען פרייטאג צו נאכטס די מקוה פאר קיינעם; דאס האבן מיר געבויט אויסדרוקליך פאר א מקוה טהרה און דאס דארף זיין מיט די העכסטע מאס צניעות, אלע מתפללים ווייסן, נישטא קיין מקוה, נאר אינדערפרי קען מען נוצן די מקוה.


איך האף דו וועסט טון מיין ווילן און נישט זיין קלוגער. איך בין נישט ברוגז אז מען איז קלוגער און מען טוט אנדערש, אבער מיין נאמען נעם אראפ; כל זמן עס פאררופט זיך בנשיאת ראש ישיבה – דארף זיין דאס גרעסטע מאס איידלקייט וואס איז פארהאן.


אגב, וואס איז דאס עפענען די מקוה שבת נאכמיטאג אז מען זאל קאָלעצן אין מקוה בשעת מען מאכט שלש סעודות? נישטא קיין מקוה שבת נאכמיטאג; מילא איינער איז מקפיד אויף טבילת עזרא און ער בעט דיר צו עפענען – איז איין זאך, אבער אויסשטעלן א מנהג אז די קהילה גייט זיך באדן שבת נאכמיטאג – וויל איך נישט.


פרעג דעם דיין ווי הייס דו זאלסט אנשטעלן די מקוה אויף שבת, מען זאל זיך נישט ווייקן, צוליב חילול שבת.

#69 - מענטשן ווארטן צו זען א שמייכל, דאס איז וואס מען זוכט ביי א שידוך
מקוה, שמחה, בחור, שידוכים, התחזקות, ריינקייט, חן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס לוינט צו אויסווארטן אויף "שלחן עורך"; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע שטוב, א בית המקדש מעט.


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, ביסט אליין, ווילסט שוין האבן דיין שידוך; וועם אויף דער וועלט איז נאך אזוי ביטער ווי א בחור אדער מיידל וואס ווארטן אויף א שידוך...


דאך בעט איך דיר, דראפע זיך, בלייב שטארק, גיי אן מיט דינען דעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיך נישט נאכלאזן, גיי יעדן טאג אין מקוה, און איידער דו טובל'סט זיך זאלסטו זיך אפבאדן, זאלסט זיין פריש. טויש זיך קליידער יעדן טאג, און די אויסגענוצטע וועש זאלסטו אוועקווארפן. נעם צוזאם דיינע פיאות, עס זאל נישט זיין צופלויגן, מעגסט לייגן אביסל דזשעל.


גיי ארום מיט א שמייכל, מענטשן ווארטן צו זען א שמייכל, דאס איז וואס מען זוכט ביי א שידוך, א פרייליכע פנים מיט חן.