בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט א בלעטל גמרא, דארף מען מער נישט מורא האבן פונעם מבול
גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו טרעפן שבת נאכמיטאג זיצן און לערנען גמרא אין אונזער שטיבל אין בארא פארק.


דאס איז 'תיבת נח', קומען אין שול לערנען און דאווענען, בפרט אין א ברסלב'ער שטיבל; 'תיבת נח' איז דעם רבינ'ס ד' אמות, נח'ס טאטע האט אים א נאמען געגעבן: "נֹחַ, לֵאמֹר, זֶה יְ'נַחְמָנ'וּ" (בראשית ה, כט), דא איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען אין די תורה.


זע צו לערנען יעדן טאג גמרא. עס איז זייער חשוב צו לערנען דעם בלאט גמרא וואס אלע לערנען; אז מען לערנט דעם דף גמרא קען מען זיך אן עצה געבן מיט די שווערע ביטערע נסיונות בזה העולם.


די יונה, די טויבעלע – איז געקומען צו נח מיט א בלעטעלע אין מויל; שטייט (בראשית ח, יא): "וַיֵּדַע נֹחַ כִּי קַלּוּ הַמַּיִם", אז מען האט א בלעטל גמרא, מען זאגט די ווערטער מיטן מויל – דארף מען מער נישט מורא האבן פונעם מבול.