בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן דיין בארד און פאות
פרנסה, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, שנייד נישט דיין הייליגע בארד און פאות. איך ווייס דו האסט יעצט א נסיון וכו', דאך בעט איך דיר פון מיין הארץ, ריר נישט אן די בארד.


דער הייליגער זוהר רופט אן די בארד (נשא קל ע"ב; עיין טעמי המצוות פרשת קדושים): "צינורות", רערן (פייפס) וואס ברענגט די שפע פון הימל צום מענטש, און אז מען שניידט עס – שטעלט זיך אפ די שפע.


מיין טייערער ... נרו יאיר, האלט זיך שטארק מיט די בארד און פיאות, נעם נישט אראפ דיין צלם אלקים, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט ליב האבן דיין בארד און פאות, עס זאל זיין ביי דיר הייליג.


איך האב דיך זייער ליב, איך האף דו וועסט עס נישט טון פאר מיר.


פון דיין ראש ישיבה, דיין טאטע, דיין שווער, דיין אלעס.