בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#410 - אפגעזאגט פון דיין פרנסה? ס'איז נאכנישט עק וועלט
שלום בית, תהלים, משניות, פרנסה, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


זארג נישט פאר פרנסה, דער אייבערשטער געבט יעדן איינעם פרנסה, און אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין פרנסה – איז נאכנישט עק וועלט, וועסט טרעפן א בעסערע פרנסה; נאר בתנאי אז דו זאלסט זיך נישט קלויבן, נאר וואס מען רעדט צו דיר, וואס מען וויל דיר געבן – זאלסטו נעמען, און נישט אפזאגן קיין פרנסה.


פרעג דיינע חברים און באקאנטע ווער עס ווייסט פון א פרנסה, ווער עס זוכט אן ארבעטער, און ביז דו טרעפסט נישט וואס צו טון – זאלסטו קומען אין שול לערנען און דאווענען, עס איז נישט גוט צו זיצן אין שטוב א גאנצן טאג מיט די ווייב, עס קען שאטן פאר די שלום בית.


זיי זיך קובע צו לערנען אסאך גמרא און אסאך משניות, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, דו זאלסט זוכה זיין אים צו דינען ווי מען דארף.

#409 - ווען דער מאן פאלט אריין אין כעס
שלום בית, פרנסה, עצתו אמונה, כעס, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין אפאר מאל געזאגט, ווען אייער מאן גייט אריין אין א כעס, ער הייבט אן שרייען – זאלט איר אוועק גיין, בלייבט נישט זיצן אנטקעגן אים, וואס דארפט איר הערן ווי ער שרייט? וואס דארפט איר ווערן אזוי פארשעמט? ווייל ווען ער ווערט אין כעס ווערט ער נישט זיך, ער איז בכלל נישט דא, עס גייט אריין אין אים א שלעכטע מלאך, ער פארלירט זיך; איז וואס דארפט איר דאס האבן?


פאלגט מיך, מהיום והלאה אז ער הייבט אן שרייען, פארהאלטן וכדומה – גייט ארויס פון צימער, אדער גייט אריין אין א ליידיגע צימער, און גייט אן מיט די שטוב ווירטשאפט, און אז ער פרעגט אייך: "וואו גייסטו? בלייב דא!" זאלט איר אים זאגן: "דו קענסט אויף מיר נישט שרייען, איך בין דיין ווייב, נישט דיין דינסט..." און אז ער לאזט נישט אפ זאלט איר ארויסגיין אין גאס כאפן א שפאציר ביז ער וועט זיך בארואיגן, ער וועט קומען צו זיך און חרטה האבן און אייך איבערבעטן.


חס ושלום זיך קריגן, חס ושלום צוריק שרייען, און אז ער בעט איבער זאלט איר אים זאגן: "מחול לך", איר זאלט נישט מאכן קיין מחלוקת, נאר די איין זאך זאלט איר טון, נישט בלייבן זיצן אדער שטיין ווען ער פארשעמט אייך.


אייער מאן איז א וואוילער, א גוטער, ער האט זייער אסאך גוטע זאכן, נאר די איין זאך דארף ער נאך א תיקון, די כעס, דאס איז א צרה פאר אים, איך האב שוין אזויפיל מאל געזאגט און געשריבן ער זאל יעדן טאג בעטן א תפילה פאר כעס, אז ער זאל ארויסגיין פון כעס, אויך נעבעך צוליב די כעס פארלירט ער זיין שפע, זיין פרנסה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סח), יעדע מאל מען וויל געבן דעם מענטש שפע – פרנסה און עשירות – שטעלט מען א נסיון פון כעס, און אז מען פארלירט זיך, מען גייט אריין אין א כעס – פארלירט מען די גאנצע שפע, און נאכדעם האט מען טענות: 'היתכן די ברכות ווערן נישט מקוים, און די סגולות העלפן נישט?' חס ושלום זאגן עס העלפט נישט, עס העלפט נישט ביי דעם מענטש וואס איז א כעסן און מאכט וויינען די ווייב, השם ישמרינו.


איר זאלט יעדן טאג נעמען א צוויי דריי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער מאן ער זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף די מדה פון כעס, ווייל ער איז באמת א רחמנות, ער וויל אזוי שטארק זיין גוט, ער ווערט אבער זייער שנעל בכעס, 'נח לכעוס', אבער ער איז אויך 'נח לרצות', ער האט אזוי חרטה יעדע מאל אויף וואס ער טוט; זאלט איר בעטן פאר אים.


לכבוד די נייע יאר זאלט איר זיך מאכן א קבלה צו ליינען יעדע פרייטאג צו נאכטס נאכן ליכט צינדן די הייליגע בריוון פון עצתו אמונה, און אויך שבת בייטאג; א גאנצע וואך איז אויך גוט דאס צו לערנען, אבער ספעציעל שבת ווען עס איז דא רואיגקייט און הייליגקייט אויף די וועלט. די בריוו פון עצתו אמונה איז אזוי שיין, אזויפיל שכל, אזא קלארקייט און א צוגאנג צו יעדע פראבלעם, די שכל איז פון הייליגן רבינ'ס ספרים ווי אזוי מיר האבן דאס מקבל געווען פון מוהרא"ש; לערנט די בריוון ליל שבת אדער נאכן ליכט צינדן אדער נאך די סעודה, און וואו עס איז דא א בריוו וואס איז נוגע פאר אייך אין די מצב אין וואס איר זענט יעצט – זאלט איר איבערליינען די בריוו עטליכע מאל און זאגט מיט אלע תפילות.

#408 - דיין שלום בית איז געוואנדען אין נישט שרייען אין שטוב
שמחה, שלום בית, פרנסה, כעס, ווייב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת הייבן מיר אן די יאר, שבת בראשית, ווי אזוי דו וועסט זיך פירן דעם שבת אזוי וועט זיין ביי דיר אלע שבתים, על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך און גארנישט שרייען, נישט אויף די קינדער און זיכער נישט אויף די ווייב, ווייל חס ושלום אויב מען שרייט אויף די ווייב פארלירט מען די פרנסה, און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי אזוי קען זיין אז נאכן טון אזויפיל סגולות פאר פרנסה – האט מען נאכאלץ נישט...


ביי די הקפות, ביים פארקויפן די עליות, האט איינער חוזק געמאכט אז די סגולות העלפן נישט, והא ראי', איינער האט פאריאר געקויפט אן עלי' וואס איז מסוגל פאר ישועות, פאר קינדער, און עשירות, און נאך א שטיק צייט האט יענער געזען אז עס העלפט נישט האט ער בא'גנב'עט די קהילה און נישט באצאלט ווייטער וכו'; אבער דאס האט ער נישט דערציילט, אז ער האט געשריגן אויף די ווייב און איר געמאכט וויינען; איז ווי קען חל זיין די סגולה.


איך זאג דיר נאכאמאל און נאכאמאל, דיין הצלחה איז אין דעם געוואנדן, און אז דו וועסט זיין פרייליך אין שטוב, דו וועסט נישט שרייען אויף דיינע קינדער און זיכער נישט אויף דיין ווייב – וועלן אלע סגולות ארבעטן, און אז חס ושלום דו וועסט ממשיך זיין מיט שרייען און וויי טון, און דיין ווייב וועט וויינען – וועט זיין נישט גוט, עס וועט נישט העלפן די סגולות און ברכות וואס דו באקומסט פון גוטע אידן.


בעט יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון אויבן, העלף מיר איך זאל נישט שרייען אין שטוב אויף מיין ווייב און קינדער, העלף מיר איך זאל זיך קיינמאל נישט אויפרעגן, בפרט אין שבת קודש".


א פרייליכן שבת.

#407 - פרוביר אנצוהייבן היטן דיינע אויגן, וועסטו זען א נס
תשובה, פרנסה, שמירת עינים, חיזוק, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו ביסט נאכאמאל אראפגעפאלן זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז דו קענסט נאך תשובה טון און ווערן א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; אפילו מען איז געפאלן אין גאר שלעכטע פלעצער, און גאר הארבע עבירות - קען מען פון דארט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח:): "בָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות מיינט דאס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גרויסע סודות דא, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


קוק נישט קיין מאוויס, קליפס, ווידיאוס און סטעטוס; אז מען פארשמירט די אויגן פארלירט מען די פרנסה, מען פארלירט די אריכות אפים, מען ווערט א נערוועזער, מען באקומט שוואכע נערווען; ווייל אז מען איז פוגם בברית קודש - פארלירט מען אלעס, און דאס ווילן זיי, דער סמ"ך מ"ם וויל אלעס אוועק נעמען, מאכן דעם מענטש אומגליקליך סיי ברוחניות און אויך בגשמיות, דעריבער זוכט ער אראפצואווארפן דעם מענטש אין פוגם זיין באות ברית קודש, ער מאכט אים קוקן עבירות רחמנא לצלן, ביז ער פאלט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און דעמאלט פארלירט מען אלעס.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט, ער האט געדארפט א גרויסע ישועה, עפעס פריוואט, עס איז נישט יעצט צו דערציילן, און ער האט זיך מקבל געווען צווישן אים אינעם איבערשטן אז ער גייט מער נישט קוקן קיין קליפס, מאוויס וכדומה (ער האט נישט געקוקט עבירות, ער פלעגט קוקן נייעס מיט סתם זאכן), און ער האט געזען א ישועה, ממש א נס; זאלסטו אויך דאס אויספרובירן, אנהייבן היטן דיינע אויגן - וועסטו זען א נס, וועסט זען ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#406 - ערב שבת פון חצות דארף מען זיין אין שטוב
כולל, פרנסה, ראש ישיבה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


עס איז נישט ריכטיג צו גיין אין די פרייטאג כולל וואס דיין טאטע מאכט, און צוליב דעם אהיים קומען ממש ביים זמן, דיין טאטע מאכט דאס פאר זיין געגנט אין קרית יואל, אבער אז דו דארפסט נאך פארן ביזן שטעטל – איז דאס נישט ריכטיג, און אז דיין טאטע וועט האבן צער אז דו קומסט נישט אין זיין כולל – זאלסטו אים ווייזן דעם בריוו, אז דער ראש ישיבה זאגט מען קען נישט אנקומען אהיים ערב שבת די לעצטע מינוט.


זארג נישט פאר פרנסה; דו פלעגסט באקומען אין די ערב שבת כולל הונדערט דאלער א וואך, יעצט ווען דו וועסט זיין אין שטוב אין צייט העלפן אנגרייטן דעם שבת – וועסטו באקומען אסאך מער געלט. די אלע אינגעלייט וואס ארבעטן פרייטאג און קומען אהיים די לעצטע מינוט; זיי מיינען אז זיי מאכן געלט, באמת מאכן זיי נישט קיין געלט, ווייל ערב שבת נאך חצות קען מען גארנישט פארדינען, נאר אין דמיון פארדינט מען; אזוי ווי קליינע קינדער וואס שפילן 'קויפן און פארקויפן', און אפילו מען פארדינט האט מען נישט קיין ברכה אין די געלט.


ערב שבת, פון חצות – איז דא נאר איין זאך צו טון: זיין אין שטוב אנגרייטן דעם שבת, און אז מ'קען זיך אביסל אראפלייגן און אביסל לערנען און אפווארטן דעם שבת.


וואויל איז דעם וואס ווארט אפ שבת, וועט ער האבן נחלה בלי מצרים (שבת קיח.).

#405 - די מוטשע אויף פרנסה
אמונה, פרנסה, תפילה, התבודדות, ברייט פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס מענטשן מוטשען זיך אויף פרנסה, דאס איז נאר אז מען זאל דארפן צוקומען צום אייבערשטן און אים בעטן יעדן טאג.


די הייליגע חכמים זאגן (יומא עו.), רבי שמעון בן יוחאי זאגט, פארוואס האט אויסגעפעלט עס זאל פאלן יעדן טאג פון הימל די מן, פארוואס האט עס נישט געקענט קומען איין מאל פאר א גאנצע יאר? "כְּדֵי שֶׁיְּכַוְּנוּ אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶן שֶׁבַּשָׁמַיִם", אז אידישע קינדער זאלן בעטן דעם אייבערשטן; א משל צו א קעניג וואס פלעגט געבן פאר זיין קינד איין מאל א יאר געלט פאר די גאנצע יאר, "וְלֹא הָיָה מַקְבִּיל פְּנֵי אָבִיו אֶלָא פַּעַם אַחַת בַּשָּׁנָה", און א גאנץ יאר האט זיך דער קינד נישט באוויזן צום טאטן, האט דער קעניג געזאגט, 'מהיום, פון היינט וועסטו יעדן טאג דארפן קומען נעמען די פרנסה פארן טאג; אזוי אויך איז יעדער איד אין מדבר אויפגעשטאנען יעדן טאג אינדערפרי און געבעטן: "יהי רצון, עס זאל זיין די ווילן פון דיר אייבערשטער אז מיינע קינדער זאלן האבן עסן, זיי זאלן נישט שטארבן פון הונגער", און אזוי איז היינט, דאס וואס מען דארף יעדן טאג זוכן פרנסה, ווייל דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי דער מענטש בעט אים.


שטארק זיך, ווער נישט צעדרוקט, ווער נישט צעקוועטשט, ווארט מיט געדולד און בעט מיט רחמנות דו זאלסט האבן שפע, און געוואוין זיך צו צו שטענדיג בענטשן ברכת המזון אינעווייניג אין א בענטשער אדער א סידור; דאס איז א סגולה פאר פרנסה בשפע, אזוי ווי עס שטייט (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", דאס איז ברכת המזון; אז מען בענטשט ווארט ביי ווארט מיט כוונה און מיט שמחה – ווערט מען רייך.

#404 - ביסט נישט קיין פארפאלענער
אמונה, תשובה, פרנסה, סדר היום, ייאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער, לאז זיך נישט פונעם יצר הרע וואס ברענגט דיר שלעכטע מחשבות אז דו ביסט א פארפאלענער וכו'; הער אים נישט אויס, גלייב דעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז דו ביסט יא ווערד; ווייל אפילו אויב מען האט געזינדיגט, אויב טוט מען תשובה – ווערט מען צוריק באליבט ביים אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב תהלים, יח): "כל העושה תשובה מעבירה שבידו", ווער עס טוט תשובה אויף די עבירות וואס ער האט געטון, "הקדוש ברוך הוא מוסיף לו כבוד", געבט אים דער אייבערשטער מער כבוד, "וקורא לו שם חביב", און ער רופט אים מיט באליבטע ווערטער, "בא וראה בבני קרח", אזוי ווי מען זעט ביי די קינדער פון קרח, "שעד שלא עשו תשובה לא נקראו חביבים, ומשעשו תשובה נקראו חביבים", נאכן תשובה טון רופט זיי דער אייבערשטער אן 'חביבים' און 'ידידים'.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט מקלקל זיין – "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", זאלסטו גלייבן און וויסן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; דאס הייסט, מען האט אמונה שלמה, א גאנצע אמונה, מען גלייבט אז מען קען אויך מתקן זיין.


גיי נישט ליידיג, אדער טו עפעס ארבעט, אדער קאר סערוויס; אויך זאלסטו נאכמיטאג גיין הפצה, אז דו זאלסט קענען אהיים ברענגען פרנסה און ארויסגיין פון דיינע חובות. אויך איז וויכטיג צו האבן א סדר היום ווען מען שטייט אויף, ווען מען דאווענט, וואס איז נאכן דאווענען, און ווען אהיים צו גיין.

#403 - הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י מיט תרגום
פרנסה, מוהרא"ש, חומש רש"י, מעביר סדרה, שנים מקרא ואחד תרגום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י יעדן טאג פון די וואך, ווארט נישט אויף ענדע וואך, ווארט נישט אויף שבת, הייב אן פון אנהייב וואך, מאך זיך א קביעות - זאל זיין וואס זאל זיין – יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך וועסטו האבן געלערנט די גאנצע פרשה; דאס וועט דיר ברענגען אסאך גוטס, סיי בגשמיות; דו וועסט האבן פרנסה, וועסט האבן אריכות ימים, שלוות הנפש, און אויך ברוחניות וועט דיר עס העלפן, דו וועסט האבן כח עומד צו זיין אין די שווערע ברענעדיגע נסיונות, השם ישמרינו.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט אונז מחזק זיין צו מעביר סדרה זיין שוין פון אנהייב וואך, פלעגט ער שטענדיג דערמאנען די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל זכותו יגן עלינו, וואס זאגט אז מען זאל טון די מצוה ערב שבת, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן, א מענטש דארף לעבן מיטן מציאות, זיך נישט לאזן נארן; אז מען זעט עס גייען אריבער די טעג, וואכן און יארן און מען עפנט נישט אויף קיין חומש – דארף מען אוודאי טון וואס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג), "מיום ראשון", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און אזוי האט זיך דער הייליגער גר"א געפירט (עיין משנה ברורה שם, סעיף קטן ח).


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.

#402 - פון הימל האט מען דיר אהינגעשיקט צו מאכן הפצה
הפצה, צדקה, פרנסה, מוהרא"ש, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען ניו דזשערזי


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה – פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און אז מן השמים ביסטו אנגעקומען אין די נייע אידישע ערליכע ישוב אין לינדען – דארפסטו זארגן אז אין אלע שולן זאל מען זיך קענען מחי' זיין מיט די גליונות, עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין ביי די שטיבער געבן די קונטרסים און ספרים, מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מבשרי אחזה אלוק, געב א קוק אויף זיך, מה דאך מיט אזויפיל חיזוק וואס מיר האבן פון רבי'ן זענען מיר נאך אזוי צעבראכן, מען דארף זיך דראפען אויף גראדע ווענט צו אנגיין מיט דאס ביסל עבודת ה', איז וואס איז ביי אנדערע וואס האבן נאכנישט זוכה געווען טועם צו זיין פון הייליגן רבי'ן, זיי ווארטן אזוי שטארק אויף אביסל חיזוק, און ווען מען קומט צו זייערע טירן מיט חיזוק פון רבי'ן – ווערט זיי ליכטיג און זיי געבן צדקה מיט א ברייטע הארץ, און אזוי וועסטו ארויסגיין פון דיינע גרויסע חובות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות פון צדיק האבן די תלמידים פרנסה; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דורך מפיץ זיין דעם צדיק'ס תורות, דעם צדיק'ס חיזוק – קומט שפע; דארפסט זיך דאס אליינ'ס איבערצייגן, דו וועסט אליינס ארויסגיין פון התפעלות; איינער וועט דיר געבן הונדערט דאלער, א צווייטער וועט דיר געבן דריי הונדערט זעכציג; דו וועסט אהיים ברענגען שפע.


רק שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן.

#401 - אז מען זארגט פאר די כלל, ווערט מען באפרייט פון אייגענע פראבלעמען
שכר לימוד, מוסדות, פרנסה, חובות, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


שבתי מזרחי נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


יעצט ווען די שטאט הייבט זיך צוביסלעך אן אריינצומישן אין די חינוך, זיי ווילן זען די בחינות פון די קינדער, און אז נישט - וועלן זיי נישט געבן די געלט; איך מיין מען דארף זיך אנהייבן היטן פון זיי, און ניצן די ווארט וואס מען זאגט פארן בין: "איך דארף נישט דיין האניג און נישט דיין שטעך".


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון אוועק שטעלן די מוסד מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און נישט זינקען אין קיין חובות.


געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען, אדער די עול פון א חדר, א ישיבה, א כולל, ער זארגט אז די מוסד זאל קענען אנגיין, ער נעמט אויף זיך די פרעשור - "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ" נעמט מען אוועק די פרעשור וואס מענטשן גייען אריבער אין די אייגענע ביזנעס; אז מען זארגט פאר די כלל, מען טוט פאר מוסדות התורה - ווערט מען באפרייט פון אלע פראבלעמען אין די אייגענע געשעפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#400 - אז מ'האט א טענה אויף איינעם, גייט מען צום בית דין
פרנסה, בית דין, ביזנעס, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד אז ער האט א טענה אויף א צווייטן איד - זאגט די תורה - ער זאל גיין צום בית דין, און בית דין זיצט מיט ביידע און בית דין פסק'נט ווער עס איז זכאי און ווער נישט; איז וואס איז דיין פראגע? אז דו האסט א טענה, דו האסט געשיקט דריי הונדערט טויזנט שקל מיט איינעם אריינצולייגן אין א געשעפט, און יענער האט דאס געניצט פאר זיך וכו', דו ביסט א פארלוירענער, דיין גאנצע הארעוואניע פון אלע יארן איז געגאנגען לטמיון - זאלסטו רופן יענעם צום בית דין.


א איד טוט נאר וואס שטייט אין די תורה, א איד טוט וואס בית דין זאגט, און אז בית דין פסק'נט פארקערט ווי מען וויל, אויב פאלגט מען דעם פסק - איז מען נאר מרוויח און מען האט גאר שיין הצלחה, און אז מען פאלגט נישט בית דין - איז נישטא קיין הצלחה אין די געלט.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפ), אז מען קומט אן צו דין תורה איז דאס אן: "עֹנֶשׁ וּנְקָמָה שֶׁהַתּוֹרָה נוֹקֶמֶת בּוֹ", די תורה נעמט נקמה פארן פארגעסן ביים עוסק זיין אין ביזנעס – פונעם אייבערשטן און פון די תורה; דארף מען אלעס ברענגען צום בית דין און דערציילן יעדע פרט ופרט פון די ביזנעס, "כִּי בֶּאֱמֶת כְּשֶׁעוֹשִׂין מַשָּׂא וּמַתָּן", ווען מען מאכט ביזנעס דארף מען דאס טון נאר מיט א וועג עס זאל אויסזען ווי מען מאכט ביזנעס, "אֲבָל פְּנִימִיּוּת מַחֲשַׁבְתּוֹ צָרִיךְ לְקַשֵּׁר אֶל הַתּוֹרָה", עיין שם.


איך מיין עס איז זייער קלאר וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#399 - קריג זיך נישט, זיי פרייליך, וועסטו האבן פרנסה
שלום בית, התחזקות, מחלוקת, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט נישט קיין פרנסה, דו פרעגסט וואס דו קענסט טון צו האבן פרנסה.


שמחה איז מסוגל פאר פרנסה; מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך, איז די סופי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'" אז מען וויל שפע, מען וויל ציען צו זיך די שם הקדוש פון ח'ת'ך' - דארף מען זיך שטארקן מיט שמחה, ווייל די שם הקדוש איז די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'", ווייל אז מען איז פרייליך האט מען פרנסה.


אויך זאלסטו זיך נישט קריגן מער מיט קיינעם, זיי מוותר, קריג זיך נישט, זיכער אין שטוב, דארט זאלסטו מער אכטונג געבן; ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב, מען גרויסט זיך איינער אויפן צווייטן - גייט די פגם ביז די פרנסה, עס גייט אוועק די שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#398 - ברסלב'ע מהודר'דיגע פלייש
אמונה, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען באזוכן ביי די שחיטה וואו מיר נעמען אונזערע פלייש, איך האב געזען די שוחטים ווי זיי שחט'ן מיט א ישוב הדעת, און די צוגאנג פון אנהייב ביזן סוף; איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען און איך בין זייער פרייליך אז מיר האבן אזא מהודר'דיגע פלייש; ווייל וויפיל איך האב געמיינט אז איך ווייס האב איך זיך נישט פארגעשטעלט אז עס איז אזוי מהודר, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן אנהייבן קויפן די ברסלב'ע פלייש.


די שוחטים בין איך מעיד אז זיי זענען ערליך, זיי נעמען נישט דעם מעסער אין האנט נאר נאכן זיך מתבודד זיין, און נאר נאכן גיין אין מקוה, און נאר נאכן תשובה טון, און אזוי וועט זיין פרנסה פאר אנשי שלומינו. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לז): "עִקַּר חֶסְרוֹן הַפַּרְנָסָה שֶׁנִּתְמַעֵט בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ אֵין זֶה אֶלָּא עַל יְדֵי הַשּׁוֹחֲטִים שֶׁאֵינָם מְהֻגָּנִים", די סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין פרנסה קומט פון נישט ערליכע שוחטים, ווייל: "יֵשׁ שׁוֹחֵט הָגוּן מַאֲכִיל וּמְפַרְנֵס לְיִשְׂרָאֵל", דורך ערליכע שוחטים קומט פרנסה; ווייל זיי זענען גורם די פרנסה.


פון דארט בין איך געפארן אין תפיסה באזוכן טייערע אידן וואס זענען נעבעך פארשפארט פאר אסאך יארן. ווען עס קומט חודש אלול דארף מען זוכן זכותים מיט וואס צו גיין צום יום הדין, ווען מען גייט באזוכן די אידן אין תפיסה איז מען מקיים די מצוה פון פדיון שבוים; דאס האבן זיי מיר געזאגט, אז די צייט וואס זיי רעדן מיט באזוכער שפירן זיי נישט ווי זיי זענען אין תפיסה, זיי שפירן זיך ווי מען האט זיי באפרייט


די אידן אין תפיסה האבן נאר איין זאך וואס האלט זיי - די אמונה און בטחון; ווי מער זייערע עלטערן און זייערע רבי'ס אין חדר האבן גערעדט מיט זיי דיבורי אמונה - אלץ גרינגער איז זיי, ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים ווי אזוי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס איז נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן, "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#397 - זיך פארנעמען צו בענטשן מיט א בענטשער
אמונה, התחזקות, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער זיבעצנסטע געבורטס טאג זאלט איר זיך פארנעמען צו בענטשן ברכת המזון מיט א בענטשער און נישט בענטשן פון אויסנווייניג, ווייל ווען מען בענטשט פון אויסענווייניג קען מען אויסלאזן פון די נוסח וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען, און מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך רעדן פון דעם, אז מען זאל זיך צוגעוואוינען צו בענטשן דוקא אין א בענטשער, און מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט אז דאס איז א סגולה פאר עשירות, און דאס וואס ער האט זוכה געווען צו זיין גרויסע עשירות, איז נאר ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס בחור צו בענטשן אינעווייניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#396 - וואס מיינסטו, מען קען דען אנטלויפן?
אמונה, שלום בית, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין א חלק אין אונזער קהלה און זיך אריבערציען אין שטעטל, איך וויל אבער דו זאלסט זיין אמת'דיג מיט מיר, איך וויל וויסן אויב דיין ווייב קומט מיט איר גוטע ווילן, אדער דו האסט איר באצווינגען, ווייל איינער גאר נאנט צו דיר האט מיר געשריבן אז דיין ווייב קומט נישט מיט איר גוטע ווילן, דעריבער פרעג איך דיר וואס איז די מעשה, ווייל אויב מען נעמט די וועג פון באצווינגען - פלאצט עס שפעטער זייער שטארק.


אפשר ווילסטו אנטלויפן פון די שווערע חובות אין וואס דו ביסט אריינגעפאלן? דאס איז אויך נישט קיין עצה, אזוי ווי די מעשה איז געווען, איינער האט געזאגט בסוד פאר מוהרנ"ת אז ער גייט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד צוליב זיינע חובות, האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "וואס מיינסטו, מען קען דען אנטלויפן? ביים סוף וועט מען דארט אויך וויסן די מעשה, אז דו האסט חובות, מען וועט זיך דארט פון דיר אויך אפשאקלען"; רבי נתן האט אים געזאגט: "אז דו ווילסט אנטלויפן - זאלסטו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה".


אויב מען וויל קען מען ארויסגיין פון אלע חובות, די ערשטע זאך בארג מער נישט קיין איין דאלער, און אז דו דארפסט האבן געלט - זאלסטו בעטן מענטשן זאלן דיר העלפן, אבער חס ושלום בארגן. צווייטנס, זאלסטו רופן אלע בעלי חובות, זיי איבער בעטן, און זיי זאגן אז דו גייסט זיי אלע באצאלן און צוביסלעך זאלסטו אלעמען באצאלן.


איך האף אז דו פארשטייסט די זאך, איך וויל דיך נישט אוועק שטופן חס ושלום, איך וויל נישט דיין ווייב זאל קומען געצווינגענערהייט און שפעטער וועט עס חס ושלום פלאצן.


מען קען פון איבעראל לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז נאר אין א געוויסע פלאץ קען מען דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס איז געווען ביים רבי'ן, א איד האט דערציילט דעם רבי'ן אז מען טראגט אים אן א שידוך, דער שידוך אליין געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען דארט וכו' - וויל ער נישט דעם שידוך, ווייל ער וועט זיך נישט געפינען דארט דאס פלאץ, האט אים דער הייליגער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קלט), מען קען אין יעדע פלאץ געפינען דעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#395 - ווארט נישט אויף מארגן, לערן היינט אביסל תורה
התחזקות, משניות, פרנסה, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך און דו ניצט דעם רבינ'ס עצות.


זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תורה, און אפילו דו ביסט אויסגעמאטערט פון ברענגען פרנסה – זאלסטו ארויסכאפן לערנען אויפן הייליגן רבינ'ס וועג (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אביסל חומש, אביסל משניות און גמרא, נעם מיט דיר א זעקל ספרים; א חומש, א משניות, א גמרא, מיט א תהילים'ל; וואו דו גייסט זאלסטו דאס מיט דיר מיטנעמען, און ווען דו האסט צייט זאלסטו לערנען.


זאג נישט 'מארגן', טראכט נישט: 'קומענדיגע וואך וועל איך לערנען'; די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ד): "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", קען זיין אז דיין גאנץ לעבן וועסטו זיין פארנומען; וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא שמיני, ח): "לֹא כָּל מִי שֶׁשָׂמֵּחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", נישט דער וואס איז היינט פרייליך – וועט מארגן זיין פרייליך; וואס ווייסט א מענטש וואס דער מארגן וועט זיין?


מאך יעצט אויף א משניות, און זיי גורס א פרק, און מאך יעצט אויף די גמרא, לערן א שיעור אין גמרא, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#394 - נישט וואוינען אין א צעקוועטשטע דירה
שלום בית, שלום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... וזוגתו תחי', בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די גרויסע דירה, א איד טאר נישט וואוינען אין א צעקוועטשטע דירה, אויך קען דיין ווייב נישט וואוינען אין א בנין אן אן עלעוועיטער, זיך ארויפשלעפן און אראפשלעפן מיט די בעבי.


נעם די דירה וואס דו האסט געזען אפילו עס קומט אויס דאפלט דירה געלט, אויך וועסטו קענען האבן א סוכה אויפן פארטש, און זאלסט נעמען א הלואה צו קענען אויסשטאפירן די דירה מיט בעטן, שענק, וואש מאשין וכדומה לזה.


זיי מכבד דיין ווייב, רעד צו איר שיין. געדענק ווי אזוי דו האסט אויסגעזען אלס בחור, און היינט ביסטו אזוי שיין מסודר, האסט א משפחה, ביסט אן אדם השלם, שעץ די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#393 - גיי נאך געלט צו באצאלן רענט און שכר לימוד
מוסדות, אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אז דו ביסט שולדיג טויזנטער דאלער פאר רענט, און טויזנטער דאלער פאר שכר לימוד און פאר די טיקעטס פון פאראיאר צו פארן קיין אומאן, איז זיכער אז דו קענסט נישט נעמען דיינע קינדער די יאר קיין אומאן; ווי קען מען זיין א שיינער איד ווען מען קומט פאר די לענדלארד און פאר שכר לימוד?


צעברעך דיין בושה און גיי נאך געלט צו באצאלן רענט און שכר לימוד, אזוי וועסטו קענען אנקומען צום רבי'ן, ווייל עס קען זיין אז דאס איז אויך פשט אין רבינ'ס ווערטער, (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון און קומען קיין אומאן – "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך אכטונג געבן פון חובות, ווייל מיט חובות, ווי מעג מען מאכן נאך חובות? פארן קיין אומאן, ווען מען קומט פאר מענטשן געלט?


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#392 - נעמען קינדער קיין אומאן, נאכ'ן באצאלן חובות
מוסדות, אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך מיש זיך פריוואט ביי דיר, אבער אז דו גייסט יעצט קויפן טיקעטס פאר דיינע קינדער צו פארן אויף אומאן פאר צוואנציג טויזנט דאלער, ווען דו קומסט פאר די מוסד פאר שכר לימוד פופציג טויזנט דאלער; איך מיין אז עס איז נישט גערעכט.


איך האב צוויי פראגעס, איינס, ווי קען זיין אז פאר אומאן קענסטו שאפן פון אונטער דער ערד, יאר נאך יאר, פאר דיינע קליינע קינדער, און פאר שכר לימוד – נישט? צווייטנס, אז דו קומסט געלט פאר די מלמדים פון דיינע קינדער, האב איך א דין תורה מיט דיר, און די געלט וואס דו שאפסט פאר אומאן קומט ערשט פאר די מוסד.


פרעג דיין שווער אויב דאס איז ריכטיג צו טון, לדעתי ולדעת התורה הקדושה – איז א טאטע מחויב צו צאלן שכר לימוד, און פארן אויף אומאן מיט די קינדער – קומט נאכן באצאלן די חובות.


קען זיין דאס איז פשט וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון, דאס מיינט ער וויל פארן צום צדיק קיין אומאן – "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל אכטונג געבן פון חובות, ווייל מיט חובות איז גניבה צו קומען צום צדיק.

#391 - ווילסט נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער?
התחזקות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל וויסן וואס איז געבליבן מיט די הונדערט טויזנט דאלער וואס איך האב פון דיר געבארגט פאראיאר זומער, נאכן בארגן האסטו מיר געזאגט אז אויב די יאר וועט זיין הצלחה – ווילסטו נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער.


יעצט ווען איך מאך די חשבונות צו באצאלן אלע מיינע הלוואות פון פאראיאר, וויל איך דיר פרעגן וואס טו איך? איז דאס געבליבן הלוואה אדער איז דאס א מתנה? ביטע מיר לאזן וויסן, אדער פאר מיין סעקרעטאר מרדכי אהרן נרו יאיר.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, לערן יעדן טאג משניות, גמרא און הלכה.

#390 - ארבעטן פאר די מוסד
הפצה, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אננעמען צו זיין סעקרעטערי אין אפיס צו איינקאסירן שכר לימוד, זאג איר אז דאס איז א הייליגע ארבעט, דאס איז נישט קיין שלעכטע ארבעט; שלעכט איז מען ווען מען לאזט לויפן די מוסד, מען מאנט נישט איין שכר לימוד, דעמאלט איז נישטא קיין געלט צו באצאלן די מלמדים, און די מלמדים וועלן זיך צעלויפן און מען וועט חס ושלום דארפן שליסן די מוסד (הי' לא תהי'); זיי איר מחזק אז זיין א שטארקע סעקרעטערי איז די גרעסטע זכות וואס מען קען נאר האבן, ווייל אזוי קען מען צאלן די טייערע מלמדים אין צייט.


הלוואי וואלסטו אויך גענומען עפעס אן ארבעט אינעם מוסד, א שאד די לעבן זאל אריבערגיין מיט ארבעטן ביטער שווער, און אויף דער עלטער געבט מען זיך א כאפ, מען פרעגט זיך: "וואס און ווען און פאר וועם האב איך געארבעט מיינע זיבעציג יאר?" ענדערש ארבעטן אינעם מוסד, בויען תורה, בויען די מלכות דקדושה.


אז דיין ווייב וועט קומען ארבעטן ביי די שכר לימוד דעפארטמענט וועט דאס זיין א גרויסע זכות, און אז זי וועט רעדן שטארק, זי וועט מאנען די געלט וואס קומט אונז – וועט דאס זיין די גרעסטע רחמנות וואס איז דא.

#389 - מען מוז ברענגען געלט פאר די ווייב און קינדער
שלום בית, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו האסט נישט קיין פרנסה, דו האסט נישט וואס אהיים צו ברענגען - מעגסטו על פי הלכה גיין נאך געלט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג).


מוהרא"ש זאגט, אויב מען וויל נישט 'פושט רגל' זיין (באנקראטירן) - זאל מען 'פושט יד' זיין, זיך נישט שעמען אויסצושטרעקן די האנט בעטן הילף.


פאר זיך קען מען מקיל זיין, און אז מען האט נישט קיין געלט פאר זיך - איז נישט געפערליך, אבער ווען עס קומט צו די ווייב און קינדער - דארט איז נישטא קיין תירוצים: 'איך האב נישט וכו'', דארט מוז מען ברענגען געלט, די הייליגע חכמים זאגן (חולין פד:): "שֶׁהֵן תְּלוּיִין בּוֹ וְהוּא תָּלוּי בְּמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", די ווייב און קינדער זענען אנגעהאנגען אינעם מאן, אבער דער מאן איז אנגעהאנגען אינעם אייבערשטן.


געדענק דיין התחייבות ביי דיין חופה, האסט אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיך שפייזן וכו'; דארפסטו דאס מקיים זיין, און אויך קען די גאנצע שלום בית גיין שלאפן, די הייליגע חכמים זאגן (תמורה טז.): "אִשָּׁה כֵּיוָן שֶּׁאֵין לָהּ תְּבוּאָה בְּתוֹךְ בֵּיתָהּ מִיָּד צוֹעֶקֶת", אויב עס איז נישטא קיין עסן אין שטוב הייבט גלייך די ווייב אן צו שרייען; דאס נעמט אוועק די ליבשאפט און דאס איז גורם אז אלעס זאל צעפאלן.


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכע קאמפיין פאר די קהילה און די מוסדות, איך וויל דו זאלסט די יאר נעמען א חלק; נישט אבי יוצא צו זיין, איך וויל עס זאל זיין מיטן גאנצן הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#388 - דיין ווייב זאל נישט מורא האבן פון דיר
שלום בית, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן אין משניות און גמרא, אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג דעם רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געב דיין ווייב געלט, דער עיקר זאלסטו זיך היטן זי זאל נישט האבן קיין אימה יתירה, איבריגע שרעק פון בעטן געלט פאר די שטוב זאכן וכדומה, און אזוי וועסטו האבן גרויס שפע, ווייל ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן מאן און ווייב – איז דא שפע.


דער הייליגער צדיק רבי ישכר דוב – דער בעלזער רב זכותו יגן עלינו זאגט, אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בי' תיגרא", 'תיגרא' איז א לשון פון תגר און מסחר, און די ווארט 'רמו' איז א לשון פון הרמה, אויפהייבן; אז ווען עס איז דא שלום בית ווערט גרויס שפע.


שטארק זיך מיט די גוטע מנהג נישט אריין צו ברענגען דיין אפיס אין שטוב; זמן אפיס לחוד – וזמן זיין א מאן און א טאטע פאר די קינדער – לחוד, מיש נישט אויס, מאך נישט כלאים.

#387 - וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות?
צניעות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וכו'; די הייליגע תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דארט וואו עס איז דא ערוה – 'וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ', גייט די שכינה אוועק; איז דאך נישטא קיין ברכה און קיין הצלחה, איז אפילו די ווייבל איז א גוטע ארבעטער, אבער אז זי קומט אויסגעטון ה' ישמרינו, זי קומט מיט בגדי פריצות – איז דארט נישטא קיין ברכה, איז וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות; איז זיכער איר זאגן שיינערהייט אז זי קען ווייטער בלייבן, אבער זי דארף קומען אנגעטון איידל. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלט מצליח זיין, סיי איר משכנע זיין צו גיין איידל, און סיי עס זאל זיין גרויס שפע.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין אז די גאנצע קהילה זאל גיין נאך געלט פאר די קהילה, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה איין און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט און צוועלעף דאלער, איך האף אז די יאר וועסטו מיר העלפן, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.

#386 - פארלאז זיך אויפן אייבערשטן
אמונה, התחזקות, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זארג נישט פאר פרנסה, קוק ארויף צום אייבערשטן, האב בטחון אינעם אייבערשטן – וועט דער אייבערשטער דיר געבן גרויס שפע, און זע צו לעבן אזוי ווי די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל בטחון, וואס איז געווען "נאר פרייליך", און האט בכלל נישט געזארגט וואס וועט זיין מארגן, יעדן טאג איז ער געגאנגען זען וואס ער קען היינט טון פאר פרנסה, און די ערשטע זאך וואס מען האט אים אנגעטראגן – האט ער גענומען מיט גרויס שמחה, און ווען ער האט געענדיגט ארבעטן האט ער איינגעקויפט א סעודה, "און די סעודה איז געווען א סעודה", און ער האט געהאט צייט צו עוסק זיין בעבודת השם, ער האט געלעבט א חיים טובים, א זיס לעבן, אפילו ער האט יעדן טאג געטון עפעס אנדערש, דאך האט ער זיך בכלל נישט מבלבל געווען פון דעם, נאר געטון דעם רצון השם, געטון וואס איז אים אונטערגעקומען צו טון.


דער עיקר זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, און זיך נישט פייניגן מיט אזויפיל טראכטן: 'וואס וועט זיין? ווי אזוי? ווען? פארוואס?' פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, ה): "גּוֹל עַל ה' דַּרְכֶּךָ וּבְטַח עָלָיו וְהוּא יַעֲשֶׂה"; ווייל דער עיקר וואס מענטשן ליידן אין פרנסה וכו' – איז דער עיקר במחשבה, מען פייניגט זיך מיט מארגן, מען פייניגט זיך מיט וואס וועט זיין, ווייל אויף די היינטיגע טאג האט מען, נאר די דאגות: 'וואס וועט זיין?' דאס איז די צרה, די בראך; על כן זאלסטו זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן.


א גרינגע תענית.