בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן דעם אייבערשטן צו דערליידן יעדן איינעם
שלום, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


האסט מיר דערציילט פסח אז עס איז דיר געווען שווער אין אנהייב צו קענען דערליידן די מענטשן אין היכל הקודש וכו', און היינט וכו'.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אסאך בעטן אויף דעם פרט, אז דו זאלסט קענען דערליידן יעדען איינעם, דו זאלסט יעדן ליב האבן. מען דארף זייער אכטונג געבן זיך מיט קיינעם נישט קריגן, און ליב האבן יעדן איינעם, ספעציעל אין די טעג פון ספירה; ווייל אין די טעג זענען די תלמידים פון רבי עקיבא נסתלק געווארן, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט אין די טעג פון ספירה א צייט דאס צו מתקן זיין; זיך ליב האבן איינער מיטן צווייטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סא, ג), פארוואס זענען אלע תלמדי רבי עקיבא געשטארבן אין די טעג פון ספירה? "שהיתה עינם צרה אלו באלו", ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט ליידן איינער דעם צווייטן; דאס זיך קריגן און דאס נישט קענען דערליידן אנדערע - קומט פון חסרון אמונה, ווייל אז מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, ער געבט אלעס - דעמאלט הייבט זיך אן די קנאה און מען הייבט אן פיינט האבן איינער דעם צווייטן, אבער אז מען חזר'ט די אמונה, מען געדענקט אז עס איז דא א באשעפער וואס ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, ער פירט אלעס - פאלט אוועק אלע קריגערייען, מען ווייסט און מען גלייבט אז דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער נעמט זיך גארנישט אליין, אלעס וואס מען האט - איז פונעם אייבערשטן; איז מער נישטא קיין קנאה און קיין שנאה.


על כן ליבער ברודער, יעצט אין די טעג פון ספירה איז די צייט צו פאררעכטן דעם פגם; דורך זוכן דאס גוטס ביי אנדערע, דורך טון חסד מיט אנדערע, אנטלויפן פון מחלוקת, און אפילו מען וועט דיך איינרעדן אז די מחלוקת איז א מצוה זאלסטו אנטלויפן פון די סארט מצוות, ווייל די סארט מצוות מאכט דער סמ"ך מ"ם. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה ל, יז): "אין טוב יוצא ממריבה", גוטס קומט נישט ארויס פון מחלוקת, נאר צרות קומט פון מחלוקת, מען פארלירט אלעס דורך מחלוקת.


טייערער ..., יעדן טאג זאלסטו אוועק געבן צייט ביי התבודדות פאר דעם פרט, אז דו זאלסט ליב האבן יעדן איינעם, און זיי מזכיר די נעמען פון די וואס מאכן דיך גאר אסאך נערוועז, וויין צום אייבערשטן אז דו זאלסט זיי ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.