בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטס איבער אייער מאן אפילו ער איז נישט גערעכט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייך זייער גוט, און איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט; אבער מען דארף נוצן די קאפ און שכל מער ווי די געפילן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, דער פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות. אנשטאט זיך טענה'ן מיט'ן מאן, אנשטאט זיך קריגן מיט אים, קען מען ארבעטן מיט חכמה; אז מען געבט דעם מאן ליבשאפט, מען רעדט שיין צו אים, וועט ער פון זיך אליינס זיין גוט און וואויל.


בעטס איבער אייער מאן אפילו ער איז נישט גערעכט, דורכדעם וועט איר האבן א געשמאקע שלום בית. געדענקטס, מענער האבן אין זיך א גאוה, זיי ווילן זיין בעל הבית; אויב מען געבט פאר'ן מאן אביסל רעספעקט מען ווייזט זיי אז מען שעצט זיי, מען הערט אויס וואס זיי רעדן אפילו עס אינטערעסירט גאר ווייניג, דעמאלט איז מען זוכה אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.