בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די בעסטע זאך איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


דיין טאטע האט מיר דערציילט וואס עס שטערט דיר וכו'


די בעסטע זאך איז אז איר אליינס זאלט אים זאגן שיינערהייט אז איר גלייכט בעסער ווען ער גייט אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער וכו', ווייל איר ווילט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט קינדער וואס וועלן גיין אנגעטון ווי ערליכע אידן.


א שאד זיך אויפצועסן אינעווייניג און נישט לעבן אפן איינער מיטן צווייטן; איך זאג אייך ארויס קלאר, אייער וועג וואס איר האט גענומען נישט צו רעדן וכו' און איר עסט זיך אויף אינעווייניג - איז נישט גוט און בכלל נישט געזונט, דאס בעסטע איז ווען מען שמועסט און מען איז אפן איינער מיטן צווייטן.


אייער חתן ... נרו יאיר איז טייער און ליכטיג; איך קען אים גוט, ער האט זייער גוטע מידות. דאס וואס ער טוט זיך אן אזוי וכו' דאס קומט פון קטנות הדעת וכו' - נישט פון שלעכטיגקייט. אז ער וועט הערן פון אייך אז איר ווילט נישט די מאדנע קליידער וועט ער אלעס אוועק ווארפן.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות; בפרט אז איר גייט שוין חתונה האבן זאלט איר בעטן אויף גוטע קינדער און אויף אלעס גוטס.


איר ווייסט דאך די מעשה אז דעם רבינ'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט האט איר איבערגעלאזט און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואס פאר א כח חתן כלה האבן ביום חופתם; מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.