בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
היינט איז א טאג וואס מען קען זוכה זיין צו גרויסע ישועות, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך מקבל זיין צו נעמען די ברכות וואס רבי שמעון בר יוחאי איז מבטיח פאר אלע פרויען וואס געבן אכטונג אויף זייער האר.
דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.
נעם זיך פאר צו גיין אנגעטון איידל וועסטו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן און פאר אלע צדיקים; דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס די תורה זאגט צו פאר א פרוי וואס גייט אנגעטון איידל און פירט זיך איידל.