בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
א גרויסן יישר כח פארן געבן צדקה, פארן העלפן צאלן רענט פאר די ישיבה און פאר אונזערע שולן, בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.
שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, גיי יעדן טאג התבודדות, עס לוינט זיך אנצוהויבן דעם טאג מיט התבודדות, גארנישט טון איידער מען גייט התבודדות. הויב אן מיט פינף מינוט, און נאכדעם זאלסטו צולייגן נאך פינף מינוט און נאך פינף מינוט. גיי אין א שטילע פלאץ, לכתחילה אין פעלד, (אין שטעטל קען מען גרינג מקיים זיין דאס מאכן התבודדות אין פעלד, אלע וואוינען אין פעלדער, אלע שטיבער זענען צווישן פעלדער), שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זוכה זיין צו פארברענגען דיין לעבן מיט תכלית, מיט תורה, תפילה, דביקות בה', בעט אים זאלסט זיך נישט לאזן נארן, די וועלט נארט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנוּ", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", די וועלט זאל דיך נישט לאזן נארן; נאר תורה און תפילה איז תכלית, נאר דאס בלייבט, נאר דאס נעמט מען מיט אויף אייביג.
די גאנצע טאג, די גאנצע לעבן – איז אנדערש אז מען איז זיך מתבודד.