בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו קבלת התורה. ביים הייליגן רבי'ן איז יום טוב שבועות געווען איינע פון די דריי צייטן וואס מען איז זיך צאמגעקומען ביים רבי'ן. מוהרא"ש זאגט, דאס איז נישט דווקא אין אומאן, דאס איז וואו עס קומען זיך צאם א מנין ברסלב'ער חסידים וואס גלייבן אין רבי'ן און פאלגן דעם רבי'ן, איז דארט מסוגל צו זיין כדי צו ווערן געראטעוועט פון עולם התוהו און צו זוכה זיין צו קבלת התורה.
איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן צוריק לערנען די הייליגע תורה, דאס וועט דיך באשיצן פון אלע צרות, דו וועסט האבן א גוטע בונקער וואו זיך צו אויסבאהאלטן. עס איז נישטא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.
ווער נישט צעפאלן פון לצים, מתנגדים, וואס שפעטן פון רבי'ן און פון זיינע הייליגע תלמידים. דער רבי האט אונז פאראויס געזאגט אז אזוי וועט זיין, מען וועט לאכן, מען וועט שפעטן, מען וועט אוועק מאכן, און נאר אזוי האט זיין הייליגע נשמה געקענט אראפקומען. ענטפער נישט קיינעם, טענה נישט מיט קיינעם, זיכער נישט מיט עלטערן; וואס קען מען טון אז די לשון הרע ווערט אנגענומען און עלטערן האבן שרעק ווען זיי הערן אז זייערע קינדער זענען אנגעקומען צום רבי'ן, זיי מיינען אז דאס איז משוגעים וכו' וכו'.
באהאלט זיך אין די תורה, נעם א משניות און זאג א פרק נאך א פרק, א בלאט גמרא נאך א בלאט גמרא, און שפרינג אריבער דיינע נסיונות, שפרינג ארויס פון בעט, קום אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.
דעם קומענדיגן יום טוב שבועות וועל איך אם ירצה ה' זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל, מיר וועלן מאכן די חנוכת הבית פארן נייעם גרויסן שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כז.) וואס מיינט א גרויסע הויז? "מקום שמגדלין בו תורה, ומקום שמגדלין בו תפלה", א פלאץ וואו מען וועט לערנען און דאווענען, און מוצאי יום טוב וועלן מיר טאנצן אינאיינעם, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען נישט פארלוירן, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר דארפן נישט זארגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.