בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק ווילן שוין א כלה מאכן ענקער טייערע טאכטער ... תחי', איך וועל אם ירצה ה' טראכטן פון גאר א גוטער בחור פאר איר, זי איז א ספעציעלע טייערע מיידל, עס קומט איר גאר א חשוב'ער בחור, איך וועל אם ירצה ה' בקרוב צוריק קומען צו ענק.
שטארקט זיך, דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים ביז אהער, וועט איר זען נאך ניסים.