בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גוים זאלן זיך נישט דרייען אין די בנינים בשעת די קינדער זענען דארט
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אז דער גוי וואס רייניגט אין תלמוד תורה, אין מיידל סקול - זאל נישט האבן קיין שייכות מיט די קינדער; נישט זען די קינדער און נישט זיין אינעם בנין וואו די קינדער לערנען.


אויב מען דארף האבן העלפערס ביי די קינדער - זאלסטו נאר נעמען ערליכע אינגעלייט, בשום אין אופן זאלן זיין גוים צווישן די קינדער.


איך האף דו וועסט טון מיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.