בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיי אביסל שפאצירן אין פעלד, רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך זיך א קביעות צו גיין אביסל שפאצירן אין פעלד, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן. דו וואוינסט אין שטעטל, דו האסט דאך ארום דיין שטוב פעלדער און וועלדער; פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די פלאץ מיט גוטע זאכן.


גיי הינטער דיין שטוב פאר געציילטע מינוטן יעדן טאג אינדערפרי און מאך זיך א חשבון הנפש.