בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיי אין מקוה, אפילו ס'איז שפעט
מקוה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


נאכן רעדן מיט דיר און הערן אז דו גייסט נישט אין מקוה, נישט בשיטה, נאר יעדן טאג זאגסטו זיך אליין 'מארגן גיי איך גיין', דו לויפסט צו די ארבעט און אזוי גייט אריבער די וואכן און די יארן.


וויל איך דיר זייער בעטן, היות דו פאררופסט זיך א ברסלב'ער חסיד זאלסטו יא גיין יעדן טאג אין מקוה. דער רבי האט דאך געזאגט: "די ערשטע תיקון איז מקוה", דער רבי זאגט מקוה נעמט אוועק אלע צרות און יסורים.


גיי אין מקוה, און אז דו ביסט שפעט – זאלסטו ערשט אריינשפרינגען אין מקוה, און שפעטער טון וואס דו האסט צו טון. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז המתקת הדינים, (שם, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה", מקוה נעמט אוועק אלע שלעכטס, מקוה ברענגט טהרה, ריינקייט, מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען – קען קיין שום מצוה נישט צוברענגען.


איך שרייב דיר ווייל איך וויל דו זאלסט בלייבן אן ערליכער איד, זאלסט נישט פאלן.