בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין צו א שבת התוועדות פון די משפחה?
משפחה, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז א שווערע שאלה; פון איין זייט אז מען גייט נישט מיט די משפחה צו די שבתים וואס אלע קומען - ווערט א גאנצע קריגעריי, און פון די אנדערע זייט - וואס משפחה? ווען משפחה? ווי משפחה? דאס איז א נייע משוגעת וואס איז קיינמאל נישט געווען, דאס קומט פון די וואס זענען נישט פרייליך אין שטוב, עס איז זיי אומעטיג (באור"ד) אין שטוב, זוכן זיי וואו צו פארוויילן און הוליענען, און מען פרובירט עס צו מאכן מיט א הכשר, מיט א נאמען "שבת התאחדות משפחה", אבער וואס האב איך צו זיצן מיט מיין ברודער'ס משפחה א שבת און וואס האב איך צו זיין מיט מיין שוועסטער'ס משפחה א שבת? מיין משפחה איז איך, מיין ווייב און מיינע קינדער ביז זייער חתונה, און נאך זייער חתונה האף איך צום אייבערשטן אז מיינע קינדער וועלן אויך לעבן מיט די געדאנק און זאגן אזוי, זיצן שבת קודש אין שטוב מאן און ווייב מיט די קינדער, מיט זיי דארף מען זיצן שבתים.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווען יא צו גיין און ווען צו בלייבן אין שטוב, אפשר איז גוט דו זאלסט איינליידענען דיינע עלטערן צו דיר אין שטוב און מאכן א פריוואטע "שבת התאחדות והתאספות המשפחה", דו, דיין ווייב, דיינע קינדער און דיין טאטע מאמע; דאס איז שיין, דאס איז הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.