בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#95 - פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה
כיבוד אב ואם, חברים, משפחה, יראת שמים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט ביי מיר אזוי טייער, איך האב דיך זייער ליב, דערפאר בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן צו האבן גוטע חברים און אויך פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה. ווייל די חברים - און די מיט וועם מען פארברענגט - האבן א שטארקע איינפלוס, און אפילו דער איידעלער אינגערמאן, אויב זיצט ער מיט שוואגערס וואס רעדן ניבול פה, און מיט חוצפה צו די עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג ביז די גאנצע יראת שמים וועט ווערן אפגעקילט.


איך ווייס אז דו ביסט איידל, ערליך וכו', איך געדענק דיך פון ישיבה, דיין יראת שמים, אויך קומסטו פון אן ערליכע שטוב, דיינע עלטערן און דיינע געשוויסטער זענען ערליכע און איידל, וויל איך נישט דו זאלסט ווערן אפגעקילט פון דיין ווייב'ס געשוויסטער.


טייערער ... עס גייט מיר אין לעבן דיין יראת שמים.

#94 - גייט נישט ארויס פארטי'ען מיט אנדערע
צניעות, שלום בית, תהלים, משפחה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט חתונה געהאט, איר האט א מאן – קאכט אים נאכטמאל, גרייטס אים אן שיין דאס עסן, גייט נישט ארויס פארטי'ען מיט אנדערע, עס איז נישט איידל צו עסן משפחות אינאיינעם מענער מיט פרויען, אפילו מיט משפחה; בויט אייער שטוב שיין און איידל.


ענק זענען איידעלע מענטשן, סיי איר סיי אייער מאן זענען אזוי איידל און טייער, זאלן ענק בלייבן איידל און טייער און נישט וואס יעדע שוואגער אדער שוועגערין מאכן אפ צו טון - דארפן אלע נאכטאנצן; בויט ענקער שטוב איידל און באשיידן.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און פלעכטס אריין אין די ווערטער פון תהילים אייערע אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן, און אויך אייערע אייגענע בקשות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - לאכט אייך גוט אויס, דאס זענען נישט קיין צרות
תודה והודאה, צרות, חיזוק פאר פרויען, משפחה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער שוועגערין וויל אייך נישט שיקן א בילד פון א קלייד וואס זי האט איינגעקויפט, און פאר די אנדערע שוועגערין שיקט זי יא - דאס איז נישט קיין צרה, אויף דעם וויינט מען נישט; וואלט איר געוויסט וויפיל צרות עס איז דא ביי אידישע קינדער, וויפיל ווארטן אויף קינדער, וויפיל דארפן א רפואה, וויפיל דארפן שלום בית וכו' וכו' – וואלט איר געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט, אייער מאן איז געזונט, אייערע קינדער זענען געזונט, ענק האבן א גוטע שלום בית, ענק פירן זיך ערליך, ענק זענען מקורב צום צדיק; עס וואלט אייך נישט אינטערעסירט די אלע זאכן.


איך מוז אייך זאגן, ווען אייער מאן האט מיר געברענגט דעם בריוו נאס, דורכגעווייקט מיט טרערן - האב איך זיך דערשראקן, איך האב געטראכט 'עפעס גאר ביטער שטייט אינעם בריוו, אז עס איז געשריבן מיט אזויפיל טרערן'; נאכן עס ליינען און זען אז אלעס איז פיין, ענק אלע זענען געזונט, און די פראבלעם איז 'די שוועגערינס ארויף, די שוועגערינס אראפ, מען האט מיך יא גערופן, מען האט מיך נישט גערופן, מען דארף מיך יא, מען דארף מיך נישט' - האב איך זיך בארואיגט.


אז די שוועגערינס נעמען זיך צאם און מען האט אייך נישט גערופן - דאס איז נישט קיין צרה, אויף דעם וויינט מען נישט, אויף דעם איז גוט צו נעמען די כלל וואס מוהרא"ש לערנט אונז: "ווילסט מיך נישט? וויל איך דיך טויזנט מאל נישט"; כל זמן אייער מאן וויל אייך, אייער מאן לעבט מיט אייך און ער האט יראת שמים - זענט איר די גליקליכסטע פרוי וואס איז דא.


לאכט אייך גוט אויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - מעג א אינגערמאן מאכן א ברית ביי זיין רבי'ן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, מחלוקת, משפחה, שמחות, לשון הרע, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, עס זאל דיך גארנישט אנגיין פון דיינע געשוויסטער. דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן; זאכן וואס האט מיט דיר - זאלסטו זיי מכבד זיין, און וואס האט מיט אנדערע - זאל דיך גארנישט אנגיין, זאלסט זיך גוט אויסלאכן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג) די לבנה האט געפרעגט די זון: "וואס זארגסטו פרעמדע זארג?" די לבנה האט זיך אויסגעשמועסט איר צער און ווייטאג אז זי האט נישט קיין כח אין אירע פיס, זי האט צוטון מיט די שדים; אנשי שלומינו פלעגן אסאך חזר'ן די ווערטער: "וואס זארגט איר פרעמדע זארג?" דאס זאלסטו זיך פרעגן: 'וואס האט דאס מיט מיר? וואס זארג איך פרעמדע זארג?'


אז מען רעדט שוין, זאלסטו וויסן, אז א קינד מאכט א שמחה אין ברסלב ביי צדיקים און די עלטערן שרייען זיי גייען כאפן א הארץ אטאקע - איז דאס זייער אייגענע פראבלעם, מען ווערט נישט קיין רודף אז מען וויל טראגן א שמחה צו א צדיק. מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹקִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף דעם מענטש וועם מען רודפ'ט; פארוואס שטייט 'יְבַקֵּשׁ' מען זוכט אויף, וואס איז דא צו זוכן? עס דארף שטיין 'אלוקים יראה' דער אייבערשטער זעט דעם נרדף! זאגט מוהרא"ש, מען דארף דאס אויפזוכן, ווייל דער רודף מאכט א פנים ווי א נרדף; זאגט די פסוק, דער אייבערשטער זוכט אויף דער וואס רודפ'ט.


שומו שמים, עס איז דא א וועלט מיט צרות, נישטא קיין משפחה וואס ליידט נישט קיין צרות, קינדער פאלן אוועק פון די אידישע דרך, אזויפיל מענטשן זענען נישט געזונט מיט די ביטערע מחלה, מענטשן האבן נישט קיין פרנסה, א וועלט מיט יסורים; און נאכאלץ האט מען נישט קיין אנדערע דאגות ווי זיך אויפעסן דאס געזונט אז א קינד גייט קיין ברסלב מאכן א ברית, ער וויל א צדיק זאל זיין סנדק, און ער איז גאר דער וואס מאכט די מחלוקת, און ער איז דער וואס הרג'עט די עלטערן, און ער ווערט א חי' רעה ווייל ער וויל זיין קינד זאל האבן א סנדק א צדיק.


איך האב מיטגעהאלטן ברית'ן ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס די עלטערן האבן נישט געוואלט קומען צו די שמחה, זיי האבן געוויינט אז מען איז זיי מצער מיטן מאכן די שמחה אין ברסלב, דאס הרג'עט זיי, די גאנצע משפחה האט זיך אויפגעהעצט קעגן דעם אבי הבן אז ער הרג'עט די זיידע; איי ווער איז דיך מצער? ווער איז דיר שולדיג אז דו האסט געהערט לשון הרע? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי מאכן א ברית פאר מיין קינד? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי וואס געבט מיר חיות, געבט מיר לעבן, ער דערהאלט מיך ביים זינען?


ליידער נעמט מען אן לשון הרע, מען הערט וואס מען רעדט אויפן רבי'ן, אויף רבי נתן, אויף מוהרא"ש און בכלליות אויף ברסלב'ער חסידים, מען רעדט זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און וויי וויי פאר די וואס נעמען אן די לשון הרע. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".


נאכאמאל, מיש זיך נישט אין מחלוקת, אויב דיינע עלטערן וועלן דיך רופן און פארהאלטן - זאלט איר חס ושלום נישט טענה'ן; מיט עלטערן טענה'עט מען נישט, מיט עלטערן רעדט מען מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און ווען מען האלט פאר, מען קומט מיט טענות - בלייבט מען שטיל מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן זיך איבערבעטן און קומען צו שמחות
כיבוד אב ואם, שלום, משפחה, סבלנות, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע טייערע ... און ...


מזל טוב פאר ענקער נייע געבוירענע אינגל נחמן נתן נרו יאיר. דער רבי האט אמאל געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון דער וועלט"; זאל דער אייבערשטער ענק העלפן ענק זאלן נישט אויפהערן לאכן, עס זאל זיין ביי ענק נאר גליק און פרייד, ענק זאלן לעבן מיט ליבשאפט און פרידן מיט אלע קינדער אינאיינעם.


איך האב גרויס ווייטאג פון דעם וואס ענק גייען אריבער, עס טוט זייער וויי, ווען די עלטערן וויל נישט מיטהאלטן די שמחות, און ווען די עלטערן ווילן נישט רעדן מיט ענק פאר די איין זינד, אז איר זענט ברסלב'ער חסידים, דאס איז אלעס פון די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים.


ענק זאלן נאכאלץ פרובירן רופן די עלטערן און חס ושלום נישט רעדן אין שטוב צווישן די קינדער קיין איין ווארט פון די גאנצע פרשה, נישט צעמישן די קינדער, און מיט תפילה וסבלנות וועלן די עלטערן איין טאג זיך איבערבעטן און קומען צו ענקערע שמחות און ווערן פאראייניגט.


דער אייבערשטער זאל שוין שיקן אליהו הנביא וואס וועט מאכן שלום אויף די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#90 - נישט ארבעטן נאך זעקס אזייגער
שלום בית, משפחה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מצליח מיט פרנסה, דו ארבעטסט נישט פאר יענעם, דו ארבעטסט פאר זיך און צוביסלעך גייסטו ארויס פון דיינע חובות; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע.


איין זאך, געב אכטונג נישט צו ארבעטן אין די שפעטע שעות, עס לוינט נישט די ארבעט אויב איז דאס אויף די חשבון פון די ווייב און קינדער. זעקס אזייגער זאלסטו זיין אין שטוב, העלפן דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער, עס נאכטמאל און גיי אין שול; זיי זיך קובע א צייט צו לערנען.


הלוואי וועסטו מיך פאלגן מיט די זאך, נישט ארבעטן נאך זעקס אזייגער. דו האסט מיך געפאלגט ביז אהער אין לעבן, ברוך ה' איך האב דיך נישט פארפירט; האסט שיין חתונה געהאט, האסט טייערע זיסע קינדער, יעצט אז דו וועסט טון וואס שטייט אין די בריוו, זיין אין שטוב זעקס אזייגער העלפן די ווייב, איר מחזק זיין, איר געבן אפאר גוטע ווערטער - וועסטו האבן גרויס הצלחה.


 

#89 - כיבוד אם איז נישט 'אנטון די קינדער אלע אייניג ביי שמחות'
כיבוד אב ואם, משפחה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איין שוועסטער מאכט אפ ווי אזוי אלע אייניקלעך זאלן קומען צו א חתונה און איר מיט אייער מאן פארשטייען אנדערש - מיינט נישט אז איר זענט וואס מאכן מחלוקות; ווי אזוי אנצוטון די קינדער ביי שמחות האט נישט מיט קיינעם פון די משפחה - דאס האט מיט אייך און אייער מאן.


אויך ווי אזוי און אויף וועלכע וועג מען זאל מחנך זיין די קינדער, וואס מען זאל זיי יא לאזן טון און וואס נישט - דאס האט נישט מיט געשוויסטער; דאס האט מיט אייך, אייער מאן און ענקער ערליכער איד, ענקער מורה דרך וואס ברענגט ענק נאנט צום אייבערשטן.


מענטשן מאכן א טעות, כיבוד אם איז נישט 'אנטון די קינדער אלע אייניג ביי שמחות', כיבוד אם איז זיין געטריי צו די מאמע, רעדן שיין צו איר, און זיך נישט טענה'ן מיט א מאמע, זיך אויפשטעלן פאר א מאמע, און נישט איבערהאקן אירע רייד, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#88 - זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, תהלים, משפחה, אידיש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער קענען די שפראך. אידיש איז א הייליגע שפראך, איז כדאי צו רעדן אין שטוב אידיש, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די שפראך. מאכט זיך נישט צו טון פון די וואס לאכן און שפעטן; מען טוט וואס איז ריכטיג, נישט וואס די משפחה טוט.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערע מאן וואס איר האט באקומען, און פון היינט איז דא א נייע משפחה: איר, אייער מאן און נאך אביסל אייערע קינדער און אייניקלעך; איר דארפט נישט פרעגן יעדע ברודער און יעדע שוועסטער וואס צו טון וכו' וכו'.


זאגט תהילים, אביסל איז אויך גוט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א גוטע פאנטש", ווען מען איז הייס, מען איז גוט אויסגעדארשט - איז מען זיך מחי' מיט א גלעזל טרינקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#87 - נישט גערעכט אפצוהאקן קשר מיט א טאכטער צוליב א שייטל
קינדער, משפחה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט נישט גערעכט אז דו האסט אפגעהאקט קשר מיט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי האט אנגעטון א שייטל; זאלסט פאררעכטן און צוריק אנהויבן רעדן מיט איר און מיט איר מאן.


אסאך גדולי ישראל האבן מתיר געווען פאר א פרוי צו גיין מיט א שייטל, מען האקט נישט אפ מיט א טאכטער צוליב א שייטל.


וויפיל טאטעס און מאמעס בלוטיגן ווען די קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, זיי קומען אהיים מיט א גוי השם ישמרינו; זיי וואלטן זיך געוואונטשן די קינדער זאלן זיין אידיש חתונה געהאט און גיין צוגעדעקט די קאפ מיט וואס עס זאל נאר זיין.


 

#86 - עטליכע הדרכות און שאלות אין צניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, שלום בית, רפואה, משפחה, טעלעפאן, זינגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע זאגט מען זאל צוריק גיין צום דאקטער - איז נישט געפערליך צוריק צו גיין, ווייל פון פאלגן א מאמע - באקומט מען נאר ברכות פון אריכות ימים ושנים.


בנוגע וכו'; אין שטוב קענט איר זיך אויספוצן, בפרט נאך די חתונה, פאר'ן מאן - איז דאס א גרויסע מצוה.


בנוגע ארומנעמען, האלזן - א ברודער; עס שטייט קלאר אין רמב"ם (ספר המצוות, לא תעשה שנג; פרק כא מהלכות איסורי ביאה, הלכה ו) אז עס איז אן עקלדיגע זאך און מען זאל דאס נישט טון.


בנוגע זינגען; נוצט אייער טאלאנט צו זינגען פאר סקולס, זינגט ניגוני אמונה, ניגוני צניעות, וכדומה.


בנוגע שמועסן מיט בחורים, פעטערס; טוט דאס נישט.


בנוגע טעקסט און ווידיאו; אויב מען נוצט עס נאר מיט חבר'טעס וואס זענען איידל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע א שפיצל, שייטל; איר דארפט נישט רעדן פון דעם מיט אייער זיידע, האט נישט מורא, ער וועט קומען צו אייערע שמחות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה און התבודדות; בעטס דעם אייבערשטן, שמועסט מיט אים; דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט קומען צו אים, שמועסן מיט אים.


 

#85 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#84 - אויב דו טוסט נישט תשובה וועסטו האבן א ביטערן סוף
קדושה, משפחה, תשובה, בזיונות, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט ענדיגן דיין לעבן אין תפיסה? וואס איז מיט דיר?! דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן לג): "ווער עס טוט די עבירה פון משכב זכר, וועט צום סוף אנקומען אין תפיסה"; נאך זאגט דער רבי (שם חלק ב', סימן ח): "מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף איינער וואס זינדיגט אין די עבירה פון משכב זכור".


דו מיינסט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן? די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר, אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", ער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


וואס איז מיט דיר, דו האסט דאך א ווייב מיט קינדער; דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך איבערלאזן? דו ווילסט דיינע קינדער זאלן נישט רעדן מיט דיר? אויב דו טוסט נישט תשובה זאג איך דיר יעצט פון פאראויס ווי אזוי דיין סוף וועט זיין, דו וועסט גארנישט האבן; נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.


 

#83 - וויפיל איז דער שיעור נאכצולויפן די בהמות, גיי אביסל אהיים
חינוך הילדים, שלום בית, משפחה, פרנסה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ערשטנס, דאס איז נישט קיין כלליות'דיגער בריוו, דער בריוו איז ספעציעל פאר דיר געשריבן.


אויב איך מעג זיך אריינמישן אין דיין ביזנעס - וויל איך דיך פרעגן: "ווען ארבעסטו?" "וויפיל ארבעסטו?" "וואס זענען דיינע שעות?" "וואס איז דיין סדר היום?" מיר קוקט אויס ווי דו ביסט דער מענטש פון סיפורי מעשיות (מעשה יא) וואס דו לויפסט נאך די בהמות, השם ישמרינו.


זאג מיר, דיינע קינדער זענען דיר גארנישט ווערד? דיין ווייב צערייסט זיך, קוים וואס זי אטעמט, וואס איז מיט דיר? וויפיל איז דער שיעור נאכצולויפן די בהמות (די עבירות)?!


די שפיל גייט זיך נישט ענדיגן; דו טראכסט 'נאך איין טאג', 'נאך איין וואך'; הער זיך צו, די שפיל גייט מען שפילן מיט דיר דיין גאנץ לעבן, א שאד דו זאלסט נאכלויפן די בהמות א גאנץ לעבן. גיי אהיים צייטליך, פארמאך די געשעפט. גיי צו דיינע קינדער, ליין מיט זיי קריאת שמע, מאך מיט זיי ברכות, הער אויס וואס זיי דערציילן דיר און געב איר גוטע ווערטער.


ביים סוף איז דער בן מלך געקומען צו די העכסטע מדריגות, ווייל ער האט געפאלגט דעם מענטש פון וואלד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#82 - די ריכטיגע וועג ווי אזוי אפצוהיטן קינדער פון מנוולים און קראנקע מענטשן
קינדער, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, שבת ליכט, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א שווערע שאלה. פון איין זייט, ווי קען מען זאגן פאר א טאטע 'קום נישט צו מיר אין שטוב'? ווי קען מען ארויסווארפן א טאטע פון שטוב?! פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אליינס אז ער איז נישט געזונט, ער האט געטון עבירות מיט די אייגענע טעכטער השם ישמרינו, ער איז שוין געזיצן אין תפיסה; קען מען אים נישט לאזן דאס טון מיט אייערע טעכטער.


הדבר הראשון דארפט איר וויסן, מען דארף אנגרייטן קינדער זיך אכטונג געבן פון מניוולים, קראנקע מענטשן. איך זאג פאר מיינע קינדער, און איך זאג פאר די מלמדים ביי אונז אין מוסד און אזוי אויך די לערערינס אין בית פיגא - זיי זאלן רעדן מיט די קינדער קלארע ווערטער: "קיינער קען נישט אנרירן דיין גאנצע פאדערשטע חלק קערפער, פון די בויך ביז די פיס; קיינער מיינט קיינער, נישט טאטע, נישט מאמע, נישט א ברודער, נישט א שוועסטער, נישט א זיידע און נישט א באבע, אפילו א דאקטער קען דיך אויך נישט אנרירן אדער דיר אויסטון דיינע קליידער, נאר אז דיינע עלטערן וועלן זאגן 'דער דאקטער קען דיך באקוקן', און אויב איינער וויל דיך אנרירן זאלסטו טון דריי זאכן 'אנטלויפן', 'שרייען' און 'דערציילן'; ערשטנס אנטלויפט מען, צווייטנס, זאלסט שרייען און מאכן א געוואלד, אז יענער זאל דיך אפלאזן, דריטנס, גיי דערצייל דיינע עלטערן, דיינע מלמדים, דיינע לערערינס, זיי זאלן זיכער מאכן אז דו ווערסט נישט געטשעפעט נאכאמאל".


דאס לערנט מען מיט אונזערע קינדער, און דאס דארפן אלע עלטערן לערנען מיט זייערע קינדער. ווייל אויב מען גרייט נישט אן די קינדער - איז לא ימלט אז די קינדער זאלן זיך נישט פארטשעפענען רחמנא לצלן. ביי אייך איז דאס אייער טאטע און ביי א צווייטן איז דאס א ברודער, א שוואגער, א שכן, אן ארבעטער וכדומה; מען דארף רעדן צו קינדער קלארע ווערטער, נישט זיי דערשרעקן, אבער גוט אנגרייטן.


נאכן רעדן מיט די קינדער ווי אזוי זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע מענטשן, דארפן די עלטערן וויסן אז דאס איז נאכנישט גענוג, די קינדער דארפן נאכאלץ אסאך שמירה, און ווען עלטערן זענען חושד איינעם, א נישט געזונטער דריידט זיך נעבן דאס קינד - וועלן דאך עלטערן נישט זיין רואיג. איז די עצה איר זאלט אים איינליידענען פאר א מלוה מלכה אדער א ראש חודש סעודה און אלע וועלן זיצן אינאיינעם, אין די ביסל צייט איז נישט צו שווער פאר די עלטערן צו עומד זיין על המושמר.


נישט לאנג צוריק האט מיך א אינגערמאן געפרעגט אן ענליכע פראגע. ער גייט צו זיין טאטע אויף שבת, זיין טאטע איז גע'גט, ער לעבט אליינס און עפעס שמעקט נישט גוט. ער זעט זיין טאטע גייט מיט זיין קינד אין שטילע ווינקלען און ווען ער קומט דארט אן ווערט דער טאטע דערשראקן, בקיצור דער אינגערמאן זאגט ער קען נישט גיין מער צו זיין טאטע אויף שבת, ער איז נישט רואיג וועגן זיינע קינדער.


פון איין זייט איז ער גערעכט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די קינדער, אבער פון די אנדערע זייט, ווי קען מען אפהאקן מיט עלטערן... איך האב אים געגעבן אן עצה ער זאל גיין צו א מלוה מלכה אדער א נאכטמאל; אז מען גייט פאר א קורצע צייט און מען זיצט אלע אינאיינעם - איז כמעט נישט שייך עפעס שלעכט זאל פאסירן, אזוי איז מען יוצא די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אזוי זענען די קינדער אפגעהיטן.


מיט אלע עצות, מיט אלע חכמה'לעך, מיט אלעס וואס מען טוט - איז מען נישט פארזיכערט, נאר אז מען בעט דעם אייבערשטן. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך. ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קינדער; תפילה איז די עצה פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#81 - געב אכטונג אויף דיין ווייב, שטיי ווייט פון מנוולים
שלום בית, משפחה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין ווייב, זי זאגט אז איינע פון דיינע ברידער פירן זיך נישט אויף איידל, זי שפירט נישט רואיג ביי דיין טאטע אין שטוב. בעט איך דיר, געב אכטונג אויף איר. שטיי ווייט פון מניוולים, האב שייכות מיט די ערליכע איידעלע געשוויסטער.


איך האב דיר געגעבן א טייערע ווייב, א טייער קינד, זאלסטו איר האלטן טייער און חשוב.


אויך בעט איך דיר, דארט וואו מען רעדט ניבול פה - פון דארט זאלסטו אנטלויפן, ווייל עס איז זייער ביטער ביים סוף. ניבול פה הרג'עט סיי דער וואס רעדט און אויך די וואס הערן; אלע וואס געפונען זיך וואו מען רעדט ניבול פה - ליידן.


שרייב מיר יעדע וואך כאטשיג איין בריוו.


 

#80 - שבתון'ס איז נישט קיין גוטע זאך
חברים, שידוכים, משפחה, שבת התוועדות, שולד געפילן, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זיי פעלזן פעסט צו בלייבן ערליך, גיי נישט צו די שבתים פון גרושים. בני, אל תלך בדרך אתם, דו וועסט פאלן פון דיין יראת שמים.


בכלל איז שבתון'ס נישט קיין גוטע זאך, קיין גוטס קומט נישט ארויס פון דעם. מיט אלע הסכמות, מיט אלע רעדנערס, בדחנים, טערעפיסטן - קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם, הלוואי זאלן קומען רבנים און דאס מבטל זיין כעפרא דארעא.


בלייב שבתים ביי דיין טאטע אין שטוב, אדער גיי צו א ברודער, א שוואגער, א זיידע און בקרוב וועסטו טרעפן דיין שידוך.


ביינאכט גיי שלאפן, גיי נישט צו קיין פארטיס. האלט זיך שטארק, עס ווארט דיר גוטע טעג.


באשולדיג זיך נישט און באשולדיג נישט דעם אייבערשטן. דאס וואס דו האסט חתונה געהאט וכו' און זיך געדארפט גט'ן וכו' - איז נישט דיין שולד; פארוואס און פארווען - ווייסן מיר נישט, מיר גלייבן אז אלעס איז לטובה.


 

#79 - נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי?
חינוך הילדים, עבודת השם, משפחה, פרנסה, געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא), דער מענטש פון וואלד (דאס איז דער צדיק) - האט געזאגט פארן אמת'ן בן מלך (דאס איז דער איד וואס ווייסט נישט זיינע כוחות און פון וואו ער שטאמט): "הער אויף נאכלויפן דיינע עבירות, האסט שוין גענוג געארבעט", עיין שם.


ביי דיר איז אויך אזוי, האסט שוין גענוג געארבעט ביטער שווער, וואס דארפסטו צוריק גיין ארבעטן ביטער שווער? נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי? ענדערש ארבעט פאר דיר און אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען און דאווענען, און מחנך זיין דיינע קינדער.


נאך אביסל גייען מיר אלע אוועק פון די וועלט, און וואס וועט בלייבן פון אונז? נאר חינוך הילדים און תורה ותפילה.


 

#78 - דער עיקר זאלסטו זען דיין ווייב זאל זיין מיט דיר
שלום בית, חסידות ברסלב, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דערציילן פאר דיינע באקאנטע אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן און פון מוהרא"ש; ענדערש גיי שטייטליך, ענדערש נאכנישט דערציילן, עס וועט שוין אזוי געשען מיט דער צייט.


דער עיקר זאלסטו זען דיין ווייב זאל זיין מיט דיר, זי זאל נישט זיין קיין מתנגד אויפ'ן רבי'ן; אויב קענסטו פועל'ן דיין ווייב זאל זיין מיט דיר - וועסטו צוקומען צו שיינע זאכן. אז מען האט די ווייב מיט זיך און ביידע לעבן מיט'ן רבי'ן - קען מען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט דעם כלל אין לעבן: זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן, נישט ביי ברידערס און נישט ביי שוועסטערס; אז אייער ברודער גרייט זיך צו מאכן א שידוך מיט א נישט געזונטע - האט דאס נישט מיט אייך, שטייט פון דער זייט, מישט זיך נישט אריין, ווייל מען וועט נאר האבן טענות אויף אייך און עס וועט ווערן א ריס אין די פאמיליע.


סיידן אויב מען פרעגט אייך אייער מיינונג, דעמאלט קענט איר זאגן אייער מיינונג, אבער ווי לאנג מען פרעגט אייך נישט - זאלט איר שטיין פון דער זייט.


אז אייערע עלטערן האבן צער - זאלט איר זיי אויסהערן און חס ושלום נישט מישן קיין קאשע. העצט נישט די עלטערן אויף די ברידער, הערט אויס אייער מאמע און זייט איר מחזק מיט אמונה, זייט אייך מחזק מיט תפילה, בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גוט פאר יעדן איינעם.


פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט פאר אייער משפחה. דער קאפ ווערט פארדריידט מיט דאס און יענץ, און מען פארגעסט צו זאגן "שכוח אייבערשטער" פאר וואס מען האט; טאג און נאכט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר וואס איר האט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, משפחה, נחת, נשמה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין, אייער מאמע האט פון אייך נאר נחת; זי קוקט פון הימל און זעט ווי שיין איר פירט זיך, זי פריידט זיך מיט אייער צניעות.


פירט זיך ווייטער איידל, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדע מאנספערזאן און זיכער נישט מיט שוואגערס; גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - העלפט אייער מאמע און קריגט זיך נישט מיט די געשוויסטער
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר האט אויפגעהערט שלאפן מיט הויזן. הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך גייען נישט קיין הויזן; אויך נישט ביים שלאפן און אויך נישט ביים מאכן איבונגען, הויזן פאר א מיידל איז נישט שיין און נישט איידל.


העלפט אייער מאמע און קריגט זיך נישט מיט די געשוויסטער, וועט איר מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - פון אייער זייט זאל זיין שלום
קינדער, שידוכים, מחלוקת, שלום, משפחה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ..., דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון אלע קינדער.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט אנטייל נעמען אין די שמחה פון אייער קינד, ווייל עס טוט זייער וויי פאר א קינד ווען די מאמע וויל נישט קומען צו די לחיים און צו די תנאים, עס לאזט איבער א גאנץ לעבן א שלעכטע טעם; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט זיך מבטל זיין צום אייבערשטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


נעמט א טייל אינעם שידוך און זעט אז פון אייער זייט זאל זיין שלום, ווייל אין היכל הקודש ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען שלום - דאס ערשטע און דאס וויכטיגסטע, מוהרא"ש שרייבט: "איך האב פיינט מחלוקות".


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן (מלאכי ג, כג-כד): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא וְגוֹ', וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#73 - הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום
חינוך הילדים, ניגונים, שטעטל, סיום, משפחה, סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דינסטאג בין איך געווען ביי א סיום הש"ס פון א בחור אין ישיבה. איך וויל דיר דערציילן, זייער וויכטיג, וואס איך האב דארט געזען, וואס דו זאלסט זיך אפלערנען; ווייל וואס איך האב דארט בייגעוואוינט האב איך נאכנישט בייגעוואוינט במשך אלע יארן אין ישיבה.


די משפחה פונעם בחור האט צוגעגרייט אין שטוב א שיינע סעודה. איך בין אנגעקומען אינמיטן די סעודה, איך בין געווען פארנומען מיט לייגן שלאפן די קינדער; מיין ווייב איז געווען ביי די פרויען פארברענג, אין וויליאמסבורג איז די פרויען צאמקום יעדע דינסטאג, איך בין אנגעקומען ניין דרייסיג. די עלטערן און ביידע זיידעס זענען געווען דארט מיט בגדי שבת, אלע זענען געזיצן מיט א שמחה, די גאנצע משפחה; פעטערס, קאזינס, זיידעס, באבעס, אלע זענען געקומען זיך פרייען מיט די סיום פונעם בחור וואס האט מסיים געווען ש"ס בגירסא. אויפן טיש זענען געווען אויסגעלייגט די זילבערנע כלים, מען האט אויסגעטיילט א סעודה בשר ודגים. דער טאטע, די זיידעס, די פעטערס - אלע האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דעם בחור וואס האט גורס געווען גאנץ ש"ס.


ביי מיר איז דאס א נייע זאך. הגם עס איז נישט דער ערשטער סיום הש"ס און נישט די צווייטע, במשך די פופצן יאר ישיבה איז שוין געווען צענדליגער און הונדערטער סיומים, אבער אזוינס וואס איך האב יעצט געזען, ווי די משפחה פריידט זיך מיט מיט די גאנצע הארץ - דאס האט מיך זייער איבערגענומען.


געווענליך מאכן מיר די סיומים אין ישיבה ווייל אין שטוב לאכט מען אפ פונעם דרך הלימוד. איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב גערעדט צו די משפחה פון דעם פרט, אז עס איז גאר אנדערש ווען א קינד באקומט חיזוק פון די עלטערן און פון די זיידעס און ארום, אזוי האט ער א גוטע רוקן ביין, עס איז גרינגער זיך צו קריגן מיט די נסיונות הדור.


דאס דארפן מיר פאררעכטן, מיר דארפן צולייגן קאפ און מח צו הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום, זיי אויסרומען און געבן כבוד. יעדע מאל א קינד קומט זאגן 'מען גייט ענדיגן א פרק אין חדר', אדער 'מען הויבט אן א פרישע לימוד' - דארף ווערן א יום טוב אין שטוב. עס דארף נישט קאסטן קיין געלט, מען קען געבן דעם זעלבן נאכטמאל מיט א ווייסע טישטוך, מען קען געבן די זעלבע זאכן, נאר מיט א געפיל, מיט הארץ, מיט לויב ווערטער, ווייל ווען קינדער שפירן 'טאטע מאמע האבן מיך ליב' - דעמאלט זענען זיי שטארק, זיי קענען זיך שטארקן אויף אלע נסיונות.


מען האט מיך גערופן פון שטעטל, דער גבאי אברהם הערש האט מיר געבעטן צו קומען צו די סיום מסכת נדרים, מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל, אבער מיר איז געווען וויכטיגער צו גיין מחזק זיין דעם בחור, זיין ביי זיין סיום הש"ס, אים געבן די הנאה, די געפיל.


איך בין נישט געבליבן זיצן דארט ביזן סוף, א גאנצע גרופע חתנים זענען געשטאנען און געווארט ביי מיר אין שטוב איך זאל זיי מדריך זיין מיט די הלכות. דאס איז מיין סדר היום אין די היינטיגע טעג, איך לויף פון איין זאך צום צווייטן.


נעכטן בין איך געלאפן זינגען, ענדיגן א שיינעם טעיפ וואס וועט אויפפלאמען אידישע הערצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - דערציילט פאר אייערע עלטערן ווער עס לויפט אייך נאך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


דערציילט פאר אייערע עלטערן וואס גייט פאר, אז אייער שוואגער כאפט אייך אן און לויפט אייך נאך. האט נישט מורא, אויב ער קומט נאנט צו אייך - זאלט איר ארויסלויפן פון שטוב, און אז אייערע עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג - וועל איך רעדן צו זיי.


אז א מאן רירט אן א פרעמדע מיידל - איז ער א מנוול, א שגץ, זאל זיין ווער עס זאל זיין; א שוואגער, פעטער, קאזין וכו'.


העיקר, האט נישט מורא. רעדט נישט קיין איין ווארט מיט אים.


זייט בקשר מיט די מנהלת תחי', מיר וועלן אכטונג געבן אויף אייך.

#71 - געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, שמחות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דעם בריוו.


אז מען האט ענק איינגעליידנט צו די חתונה - זאלן ענק גיין; וואס האסטו צו קוקן אויף א צווייטן? וואס האט עס מיט דיר אז מען האט נישט איינגעליידנט אנדערע פון די משפחה? וואס דארפסטו זיין אריינגעמישט אין מחלוקות? דו גיי מיט דיין ווייב און געב יעדן איינעם שלום, געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקות.


אנטלויף פון מחלוקות, האב נישט מיט קיין מחלוקות. בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר וויי טון מחלוקות און חס ושלום נישט זיך פרייען און הנאה האבן צו הערן מחלוקות.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון אונזער רבי - רבי נתן זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי עס שטעכט מיר אין די זייט"; אז מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידישע קינדער, קהילות צעטיילן זיך - דארף מען וויינען, און אז מען וויינט נישט דארף מען וויינען אויף דעם אליינס אז מען איז אזוי פארגרעבט; מען פריידט זיך, מען האט הנאה צו הערן די סארט זאכן.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין שווער און שוויגער.


 רבי נתן האט מען אמאל געזען זייער לעבעדיג טאנצן ביי א חתונה, האט ער געזאגט: "איך האב געטאנצן נישט לכבוד החתונה, איך האב געטאנצן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; אין שטוב איז שווער צו טאנצן אזוי לעבעדיג, ביי א א חתונה איז גרינגער".


אזוי אויך האט מען אים געזען זייער שטארק וויינען ביי א לוי', האט ער געזאגט: "איך האב געוויינט צום אייבערשטן אויף מיינע זאכן, איך האב געוויינט מיט מיינע תפילות, גארנישט מיט די לוי; נאר ביי א לוי' איז א גוטע צייט ווען מען קען וויינען".