בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין מיט א שייטל און זיך אפשערן, אדער א טיכל מיט אייגענע האר?
צניעות, שערן די האר, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע וואס איז ענדערש, א טיכל מיט האר אדער זיך אפשערן די האר און גיין מיט א שייטל? עס איז זיכער ענדערש זיך צו אפשערן און גיין מיט א שייטל, עס איז בכלל נישט קיין שאלה; מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים פאר די וואס פרעגן אויב עס איז ענדערש א טיכל מיט די האר אדער זיך אפשערן און גיין מיט א שייטל, מוהרא"ש ענטפערט מיט אזעלכע ברכות און הבטחות פאר די פרוי וואס שערט זיך אפ די האר; מוהרא"ש חזר'ט דעם שטיקל זוהר אן א שיעור מאל, דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָא', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ער געדענקט די בכיות וואס דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען און זיך בעטן ביים 'כל נדרי דרשה', ער פלעגט אויסדרייען זיין קאפ צום ווייבער שול און זיך בעטן צו די פרויען זיי זאלן אכטונג געבן אויף צניעות, און אז זיי זאלן זיך אפשערן די האר, "אזויפיל צרות און יסורים וואלט מען ווען געקענט איינשפארן אז מען שערט זיך אפ די האר" - פלעגט מוהרא"ש זאגן, א שאד מען וויל נישט נאכגעבן די האר, וואלט מען געקענט אסאך איינשפארן.


הערט נישט אויס די וואס זאגן ענדערש גיין מיט די אייגענע האר און מיט א טיכל ווי צו גיין מיט א שייטל, די צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.