בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב אכטונג אויף דיין לעבן
רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער געב אכטונג אויף דיין לעבן; דו האסט קליינע קינדער אין שטוב און זיי דארפן א טאטע וואס זאל זיי אויפציען. אז דער דאקטער זאגט דיר אז דו האסט דייעביטיס און ער ווארנט דיר דו זאלסט זיך אכטונג געבן נישט צו עסן צוקער וכו', איז דאס נישט קיין קינדער שפיל.


אויך זאלסטו זיך פרייליך מאכן מיט אלע כוחות; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דו שרייבסט מיר אז ווייל דו פארלירסט נישט קיין וואג דערפאר פאלסטו אריין אין עצבות ומרה שחורה; פרעג איך דיר, דו טראכסט אז דאס וועט דיר העלפן? דאס וועט דיר נאר ערגער מאכן.


געב אכטונג וואס דו עסט; אפילו שבת און יום טוב ווען מען דארף עסן דארף מען אויך אכטונג געבן אויפן געזונט. די ערשטע זאך און די וויכטיגסטע זאך איז דער געזונט.


פארליר זיך נישט; דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. מאך אויף דיין מויל און רעד צו אים; גיס זיך אויס דיין הארץ פאר אים וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך ווארט צו הערן פון דיר א סיום אויף משניות און אויף דעם רבינ'ס ספרים.