בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#311 - אנטיביאטיק איז נישט קיין פראבלעם
רפואה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אנטיביאטיק איז נישט שרעקעדיג, עס איז נישט קיין סכנה; פארקערט, אויב חס ושלום מען דארף נעמען אנטיביאטיק און מען נעמט נישט – איז עס א סכנה.


איך פארשטיי אז איר האט געהערט אייער גאנצע לעבן דרשות מיט דרשות קעגן אנטיביאטיק, אז דאס ברענגט אלע קרענק, און יעצט ווען איר זענט געקומען אין היכל הקודש דארף מען אויסשפייען די אלע נארישע זאכן, אמונות טפילות; מען קוקט אין אשר בנחל און אין שו"ת ברסלב, און אז מוהרא"ש זאגט, אז די אלע וואס רעדן פון זיך היילין נאטורליך פון זיי רעדט דער רבי אז מען זאל זיך היטן, און אז אנטיביאטיק וכו' איז נישט קיין שום פראבלעם – דארף מען דאס אננעמען בתמימות ופשיטות.


קוקן מאוויס, סטעטוס, אדער גיין אנגעטון נישט איידל – דאס איז שרעקעדיג, אנטיביאטיק איז נישט קיין פראבלעם.

#310 - מורא האבן פון לשון הרע, נישט פון מעדעצינען
רפואה, לשון הרע, ציינער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


איך וויל ענק פאררעכטן, דאס וואס ענק ניצן שטענדיג נאטורליכע זאכן זיך צו היילן, ענק ווילן נישט נעמען אנטיביאטיק, ענק גיין נישט צו דאקטוירים און ענק לייגן דאס אן אויפן רבינ'ס ווערטער וואס שרייבט שארף קעגן דאקטוירים.


קוקט אריין אין שאלות ותשובות ברסלב, מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי רעדט אזוי שארף וכו' – מיינט ער די וואס גייען נאטורליך, דאס איז די סכנה, דאס זענען געייען די מיטלען פון צוויי הונדערט יאר צוריק אין אוקריינע, דמיונות, פאנטאזיעס.


בכן בעט איך ענק, לאזט אפ די נארישע חכמות, און אז איר האט א צאן וואס מען דארף אפערירן און מען דארף איינשלעפן – זאלט איר דאס טון בשמחה, אנשטאט מורא האבן פון אנעסטיזשיע – זאלט איר מורא האבן פון רעדן איין לשון הרע. מאכט אייך נישט נאריש, אלעס אלעס נעמט איר אן פון מוהרא"ש, מעגט איר אויך מיט די זאכן אים געטרויען, אז אנעסטיזשיע, אנטיביאטיק, עפידורעל, שאטס וכו', די אלע זאכן זענען בכלל נישט קיין פראבלעם.


איר זאלט זיין געזונט און שטארק.

#309 - בעטן ברחמים ובתחנונים און ווארטן מיט געדולד
קינדער, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב אסאך געטראכט וואס איז ריכטיג ענק זאלן טון זוכה זיין צו קינדער, אויב ענק זאלן מאכן טיפולים, מען קען זאגן יא מאכן, מען קען זאגן נישט מאכן; פאר ענק איז גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן, אים בעטן ברחמים ובתחנונים און ווארטן מיט געדולד ביז די הילף וועט קומען.


איך בעט פאר ענק, און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים און ענק וועלן זען בקרוב א ישועה.

#308 - אוועקגעבן א ניר פאר א טאטע
כיבוד אב ואם, רפואה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט אוועק געבן א ניר פאר דיין טאטע; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אז מען דארף נישט געבן א ניר פאר א פרעמדער מענטש, אבער פאר א טאטע איז זיכער גוט צו געבן, און אז דו האסט זיך בודק געווען און דו קענסט געבן לעבן פאר דיין טאטע זאל זיין געזונט – איז זיכער א גוטע זאך דו זאלסט עס טון.


גנב'ע אראפ יעדן טאג אפאר מינוט פאר התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און טון מצוות, בעט אים פאר דיין לעבן, פאר דיין ווייב, פאר דיין משפחה, שמועס מיט אים אין דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דער רבי זאגט דורך התבודדות קומט מען צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, צו דביקות להשם יתברך.

#307 - מיט וואס זאל איך זיין פרייליך?
שמחה, התחזקות, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק, און א וועג צו מצליח זיין אין אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


מיט די קינדער אין שטוב קען מען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (שם): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך צווינגען צו זיין פרייליך, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך. טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיך פרייליך, און אויך קענסטו זיך נאריש מאכן וכו' וכו', אבי צו זיין פרייליך, ווייל שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות.


איי וועסטו פרעגן 'מיט וואס זאל איך זיין פרייליך? עס איז מיר ביטער וכו'; דאך זאלסטו זיך פרייען אז באלד וועט זיין גוט, דאס איז מרומז אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ב.): "אף על פי שמיצר הוא עכשיו שמח הוא לאחר זמן", אפילו עס איז ענג יעצט אבער נאך אביסל וועט זיין זייער גוט, און דאס דארף שוין יעצט מאכן פרייליך און מען דארף שוין דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#306 - א גוטע קבלה אז די אפעראציע זאל אריבערגיין בשלום
רפואה, קבלה טובה, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן די אפעראציע זאל אריבער גיין בשלום, דער מלאך רפאל זאל זיין ביי די אפעראציע און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען אז די אפעראציע זאל אריבער גיין גוט, און דו זאלסט שוין נישט דארפן מער קיין אפעראציעס וכו'; נעם זיך פאר צו בענטשן ברכת המזון מיט א בענטשער און מיט שמחה.


א רפואה שלימה.


 

#305 - אסאך צוקער, מאכט נישט גוט שפירן
שמחה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טרינק וואסער, עס איז זייער געזונט.


זארג נישט וכו', דו ביסט געזונט און שטארק. דאס וואס דו שפירסט זיך נישט גוט ביים טרינקען זיסע געטראנקען – דאס איז גארנישט, די סאך צוקער מאכט דאס, דארפסט נישט זארגן.


דער עיקר זאלסטו בעטן אויף שמחה, אויף זיין פרייליך, און טו אלעס צו זיין פרייליך, ווייל שמחה איז די רפואה פאר אלעס.


...


געב א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן.

#304 - אנשמירן איבערגעבליבענע אויל פון די שבת לעכט
רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף אייער פראגע וואס איר זאלט טון מיט די רעש אויף אייער הענט, מוהרא"ש געבט א סגולה מען זאל נעמען פון די איבערגעבליבענע אויל פון די שבת לעכט און דאס אנשמירן אויף די רעש, וועט דאס זיין פאר א רפואה.


בנוגע וכו', דאס קען מען נאר אויסהיילן מיט תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע מידות, רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיך נישט אויפעסן פון מענטשן; נאר התבודדות ותפילה העלפט אויף דעם.


דאנקט דעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.



 

#303 - נישט זיך שניידן צו מאכן א סליוו
רפואה, דייעט, סליוו

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האלט נישט פון זיך שניידן זיך צו מאכן א סליוו, עס איז נישט א זאך וואס מען מעג טון, ווי מעג מען זיך מאכן פאר א בעל מום? און אזוי האב איך געהערט פון מיין טאטע שליט"א בשעת איך האב געלערנט מיט אים זוהר הקדוש די יאר ערב ל"ג בעומר אין מירון אין די מערה. מיין טאטע האט מיט מיר געלערנט זוהר הקדוש פרשת אמור (דף צ:): "דְּהָא קְדוּשָׁא דִּלְעֵילָּא, לָא שַׁרְיָא בַּאֲתַר פָּגִים", דער אייבערשטער רוט נישט ביי בעלי מומין, האט מיין טאטע געזאגט אין לשון הקדוש (ער האט א מנהג נישט צו רעדן אין די מערה בכלל משום כבוד המקום, און ווען ער מוז שוין רעדן רעדט ער אין לשון קודש), אז אין דעם איז נכלל די איסור זיך צו שניידן פארן סליוו; נאר אויב דער דאקטער זאגט אז מען מוז דאס מאכן, און אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען דאס געזונט - איז עפעס אנדערש.


געב אכטונג וואס דו עסט, און גיי שפאצירן. מאך זיך א קביעות צו גיין אין שול אן דיין קאר, גיי געשפאנט, און ביים גיין זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן און אים בעטן פאר דיין געזונט, וועסטו זיך נישט דארפן שניידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#302 - דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען א נס
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין ווייב זאל האבן א רפואה שלימה, די זאכן וואס מען האט ביי איר געטראפן זאלן זיך אויסדרייען לטובה, זי זאל זיין געזונט און שטארק.


נעם זיך פאר א גוטע קבלה אז זי זאל האבן א רפואה, די בעסטע קבלה וואס מען קען זיך פארנעמען איז יעדן טאג פאר דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און פארמאך דיין טעלעפאן, פלאג זיך אויס פון אלעמען און דאנק דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט, אז דו ביסט א איד, אז דו ביסט חתונה געהאט, פאר די קינדער און פאר די געזונט, רעכן אויס וואס מער זאכן און זאג אויף יעדע זאך שכוח, רעד דאס אויס אויף דיין מאמע לשון וועסטו זען א גרויסע נס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#301 - צוויי מעדעצינען מיט א ווייטאמין, צו היילן די נערווען
שמחה, אמונה, רפואה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען ביי א גרויסער פראפעסאר, א גאר גרויסער דאקטער פאר מיינע נערווען, עס זאל נישט ווערן צעריסן. דער דאקטער האט מיר פארשריבן צוויי מעדעצינען מיט א ווייטאמין, און געלויבט דעם אייבערשטן אז צוביסליך ווערן די נערווען שטערקער און שטערקער. איך קלער, אזוי ווי דו גייסט אויך אריבער יעצט שווערע טעג און דיינע נערווען ווערן שוואכער און שוואכער, עס זעט אויס ווי עס גייט זיך איבעררייסן - איז כדאי זאלסט אייננעמען די צוויי טאבלעטן און די ווייטאמין.


דער נאמען פונעם דאקטער איז מוהרא"ש, און די נאמען פון די צוויי טאבלעטן איז 'אמונה' און 'שמחה', און די ווייטאמין איז 'תודה והודאה', דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; די זאכן שטארקן די נערווען, מען ווערט א געזונטער מענטש; געזונט גייסטיש, געזונט פיזיש, מען קען אלעס דערהייבן און פארנעמען.


לאך נישט, לאכן זאלסטו פון דער וואס רעדט צו דיר פון גראזן און געווירצן, מאגנעטן, ענערדזשי, הוידל בוידל, זאכן וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. יעצט איז געקומען צו מיר א משפחה, זיי האבן אזוי געוויינט ביי מיר אין אפיס, די פרוי האט אויסגעזען ווי זי גייט אראפ פון זין, זי קען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער וכו' וכו', און די פרוי איז א גרויסע טעראפיסט, זי רעדט מיט פרויען, זי נעמט פאר א האלבע שעה דריי הונדערט דאלער, אלע רעדן פון איר ווי זי קען היילן וכו' וכו', און זי קומט מיט איר מאן וויינען אז אירע נערווען זענען צעריסן; זעסטו שוין אז אלעס איז דמיון, כל זמן מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט פון אמונה, שמחה, תודה והודאה - איז דאס א גרויסע שקר.


דעם רבינ'ס מעדעצין - דאס העלפט, דאס מאכט שטארק; דאס רעדן צום אייבערשטן מאכט געזונט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה.


דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְשִׁיטוּת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - אויסער די שיעורים כסדרן, זאלסטו גיין צום שיעור גמרא
רפואה, מצה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז פסח ווען דו האסט געגעסן מצה האסטו געבעטן דעם אייבערשטן דאס זאל זיין א רפואה פאר דיין מאגן, און ברוך השם עס טוט דיר מער נישט וויי, ביסט געזונט און שטארק.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען יעדע נאכט אין שול צום שיעור וואס דער דיין שליט"א לערנט פאר. מען מוז זיך קובע זיין עתים לתורה, מען מוז האבן א שיעור אין תורה; דאס הייסט אויסער דיינע שיעורים כסדרן וואס דו לערנסט אין מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכות וכו' - זאלסטו זיך קובע זיין צו גיין צום שיעור גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#299 - רעדן און שמועסן פון געלט איז עקלדיג
התחזקות, רפואה, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע מצורע, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעז), חודש אייר איז מסוגל פאר רפואה; צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, דו, דיין ווייב, דיינע קינדער און אלע אידן. מיט א קליינע תפילה קען מען שאקלען וועלטן, מיט א קליינע מאך מיט די מויל - קען מען פועל'ן גרויסע זאכן.


זיי נישט ביי דיר אזוי צעבראכן און אויפגעגעבן אז דיינע תפילות העלפן נישט, דער אייבערשטער ווארט אויף דיינע תפילות, דער אייבערשטער בארימט זיך מיט דיר, "יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר" (ישעי' מט, ג) - איז אויף דיר געזאגט געווארן, עס איז נישט ריכטיג די מחשבות וואס זאגן דיר אז דו ביסט גארנישט ווערד; ביסט יא ווערד, ביסט יא חשוב ביים אייבערשטן.


איך וויל דיר בעטן בשם מוהרא"ש, רעד נישט פון געלט. מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט קהילות היכל הקודש עס זאל זיין א ד' אמות וואו געלט איז מוקצה מחמת מיאוס. אמת, מען דארף האבן פרנסה, מען דארף זיך מפרנס זיין, אלע דארפן האבן שפע, אבער דאס רעדן פון געלט און דאס שמועסן פון געלט - איז עקלדיג, דאס איז נישט היכל הקודש.


דיינע שמועסן, דיינע שיחות חברים, דיבוק חברים - זאלן זיין פון רבינ'ס עצות, און אז דו הערסט ווי מען שמועסט פון געלט - זאלסטו זיך אוועק ציען פון די שמועס. דער רבי האט אונז געלערנט די זאך פון תפילה, דאס זאל זיין דיינע שמועסן; פון תפילה, פון התבודדות, פון תודה והודאה. דער רבי זאגט משיח וועט איינעמען די וועלט אן איין שאס פילווער, ער וועט איינעמען די וועלט מיט זיין שווערד פון תפילה; וואויל איז דעם וואס בעט יעדע זאך דעם אייבערשטן.


העלף מיר מיט מחזק זיין אנשי שלומינו. זעסט אין שול א אינגערמאן, א בחור - געב אים א גוט ווארט, געב אים א שמייכל, און אויב דו האסט נישט - זאלסטו בארגן; בארג אויס א גוט ווארט, א שמייכל און פארגין יענעם, עס איז אזא גרויסע מצוה צו געבן א גוט ווארט און א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט אנשי שלומינו וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער.


היינט ראש חודש איז דא א שיעור פאר די פרויען, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#298 - די הייליגע מצה וועט אייך אויסגעהיילן פיזיש און גייסטיש
רפואה, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה', ג' דחול המועד פסח, י"ט ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט עסן מצה, יעצט יום טוב איז די מצה א גרויסע רפואה, עס היילט אויס דעם מענטש פון אלע קרענק; וויל איך אייך בעטן און הייסן איר זאלט עסן וואס מער מצה, דאס וועט אייך אויסהיילן.


חול המועד שרייבט מען נישט אבער אייער מאן האט מיר גערופן בעטן אז ער דארף אן עצה, איר עסט נישט, איר קענט צוקומען צו א סכנה, ווייל אז מען עסט נישט קען מען נישט לעבן; איר זענט א מאמע פון טייערע קינדער, ער איז פארלוירן.


איך בין זיכער אז איר וועט עסן די הייליגע מצה וועט איר ווערן אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש, איר וועט זיין א געזונטע מאמע און לעבן לאנגע יארן און זען נחת פון אייערע דורות.


אויך איז מצה מסוגל פאר אמונה, אז מען עסט מצה באקומט מען אמונה און אז מען האט אמונה - האט מען אלעס.

#297 - געזונט מיט אסאך געלט, דורך נישט רעדן ביים דאווענען
רפואה, רעדן, פרנסה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מער נישט רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, עס האט מיר זייער געשטערט צו זען חול המועד ווי מען רעדט ביים ליינען, דאס איז א חילול השם. קוק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (ויקהל, רו.): "כַּד סָלִיק סֵפֶר תּוֹרָה לְתַמָּן" ווען מען ברענגט ארויף די ספר תורה אויפן בימה צו ליינען, "כְּדֵין בָּעָאן כָּל עַמָּא לְסַדְּרָא גַּרְמַיְיהוּ לְתַתָּא בְּאֵימָתָא בִּדְחִילוּ בְּרֶתֶת בְּזִיעַ" דעמאלט דארפן זיך אלע אנגרייטן מיט א פארכט און א שרעק, "וּלְכַוְונָא לִבַּיְיהוּ" און אינזין האבן וואס מען ליינט, "כְּמָּה דְּהַשְׁתָּא קַיָּימִין עַל טוּרָא דְּסִינַי לְקַבְּלָא אוֹרַיְיתָא" אזוי ווי מען שטייט ווען יעצט ביי מתן תורה, "וְיֵהוֹן צַיְיתִין וְיִרְכוּן אוּדְנַיְיהוּ" און מען דארף אויסהערן און צולייגן די אויער, "וְלֵית רְשׁוּ לְעַמָּא לְמִפְתַּח פּוּמֵיהוֹן" און מען האט נישט קיין רעכט צו רעדן, "אֲפִילּוּ בְּמִילֵּי דְּאוֹרַיְיתָא" אפילו אין דברי תורה, "וְכָל שֶׁכֵּן בְּמִלָּה אַחֲרָא" און זיכער צו רעדן פון אנדערע זאכן, "אֶלָּא כֻּלְּהוּ בְּאֵימָתָא" נאר שטיין מיט א פראכט, "כְּמַאן דְּלֵית לֵיהּ פּוּמָא" אזוי ווי איינער וואס קען נישט רעדן, וואס האט נישט קיין מויל.


אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, אפילו ווען איך דאווען נישט מיט דיין מנין - וועסטו האבן זייער אסאך געלט און דיין גאנצע משפחה וועט זיין געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - ווערן אויסגעהיילט דורך עסן די מצה
רפואה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שפירט זיך שוין אסאך בעסער, דער אייבערשטער זאל אייך שיקן א רפואה שלימה בקרוב.


יעצט גייען מיר עסן די הייליגע מצה, דער זוהר הקדוש רופט אן די הייליגע מצה: 'עסן וואס היילט', מען קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעהיילט דורך עסן די מצה און צו באקומען א שטארקע לויטערע אמונה, צו גלייבן און געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אלעס וואס פאסירט איז נאר אייבערשטער און נאר גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#295 - שטארקע נערווען, שטארקע כח, שטארקע לונגען, געזונטע הארץ
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער טאכטער, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער.


איך בעט אייך זייער, איר זאלט נעמען א צעטל און אראפשרייבן גוטס וואס דער אייבערשטער טוט און האט געטון מיט אייך, און זעצט אייך אוועק מיטן צעטל און זאגט "ש'כח אייבערשטער" אויף יעדע זאך; "ש'כח אייבערשטער אז איך בין א איד, ש'כח אייבערשטער אז איך בין מקורב צום הייליגן רבי'ן, ש'כח אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט, ש'כח אייבערשטער פאר מיין וואוילע טייערע מאן, ש'כח אייבערשטער פאר מיינע קינדער, ש'כח אייבערשטער אז זיי זענען געזונט", און רעכנט אויס יעדע נאמען באזונדער. אזוי זאלט איר זיצן מיטן אייבערשטן און שמועסן מיט אים, אים דאנקען און לויבן; וועט איר באקומען שטארקע נערווען, שטארקע כח, שטארקע מח, שטארקע לונגען, א געזונטע הארץ וכו' וכו', אלעס וועט זיין גוט, ווייל דאס דאנקען דעם אייבערשטן מאכט אז דער מענטש זאל ווערן געזונט און שטארק מיט פרישע כוחות.


קליינע קינדער מוטשען אויס, אבער באלד ווערן זיי גרויס און זיי האבן חתונה, און מען וועט זיך בענקען צו די טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#294 - אמונה היילט, אמונה בארואיגט, עס נעמט ארויס אלטע ווייטאג
שמחה, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


נעם אריין אמונה אין זיך, טראכט ווי די גאנצע וועלט איז איז 'אלוקית', איין שטיק אייבערשטער, און דו שטייסט אינדערמיט. זינג זיך ניגוני אמונה, די ניגון וואס משיח וועט זינגען, די ניגון של הצדיק; ווי דער רבי טייטשט דעם פסוק (שיר השירים ד, ח): "תָּבוֹאִי תָּשׁוּרִי מֵרֹאשׁ אֲמָנָה", זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד), דאס איז די ניגון וואס די צדיקים זינגען, ניגוני אמונה; ממלא כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, וסובב כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, עס איז נישטא קיין שום זאך אן אים, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, און אין יעדע זאך איז ער באהאלטן.


 דאס איז די אמת'ע רפואה צו היילן די נשמות ישראל, די בת מלך וואס מען שיסט מיט פיילן פון כפירות ואפיקורסות פון טבע, מקרה און מזל; אמונה היילט, אמונה בארואיגט, אמונה נעמט ארויס אלטע ווייטאג; מען ווייסט עס איז נישט די עלטערן, נישט די מאן, נישט די ווייב, נישט דער און נישט יענער, נאר דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


אויך שמחה טוט היילן די זעל, אויך שמחה איז א שליסל צו זיין דער גוטער טאטע וועמען די קינדער ליבן, אויך שמחה איז די סוד פון זיין דער גוטער מאן וואס די ווייב ווערט אים אן עוזרתו, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה  זאגן (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ, 'זָכָה עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה כְּנֶגְדּוֹ'"

#293 - א רפואה פאר רוקן ווייטאג און עקזימע
שמחה, סגולות, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער רוקן ווייטאג, אז איר קענט זיך נישט בייגן - דאס קומט פון איין זאך, פון נישט זיין פרייליך; איר האט צופיל דאגות, די זארג גייט אריין אין די ביינער, עס גייט צו די רוקן, ביז מען קען זיך נישט בייגן און מען האט ווייטאג.


טוט אלעס אבי צו זיין פרייליך, פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט מען זאל זיין פרייליך, און אז עס איז ביטער - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, מען דארף אויפזוכן אין די שלעכטס - גוטע זאכן, און ווען מען הויבט אן זיין פרייליך - צעפאלט די גאנצע טומאה, מען זעט אז אלעס איז גוט, גארנישט איז שלעכט.


שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


בנוגע די עקזימע וואס קראצט וכו'; שמירט אן די הויט וואו עס איז דא די עקזימע מיט די איבערגעבליבענע אויל פון די שבת ליכט, און בעטס דעם אייבערשטן דאס זאל זיין פאר א רפואה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#292 - נאכ'ן אלעס טון, דארף מען יעצט בעטן א מתנת חנם
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט נעכטן מיט אייער מאן, ער פרעגט מיר מיט ווייטאג וואס וועט דא זיין מיט אייער געזונט? ער איז אזוי צעבראכן און פארלוירן, און אויך פארשטיי איך פון אים אז איר זענט שוין אויך אביסל פארלוירן, וואס וועט דא זיין מיט אייער געזונט?


אייער מאן זאגט מיר, מען האלט שוין נאך אלע סגולות, מען האט שוין געגעבן שווערע טויזנטער דאלער פאר צדקה לזכות א רפואה פאר אייך, מען האט שוין אזויפיל מתפלל געווען, אויך איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר אייך, און איך בעט טאג טעגליך איר זאלט זיין געזונט און שטארק, איר זאלט זיין א געזונטע מאמע און זוכה זיין צו קענען ווייטער ברענגען קינדער; ער פרעגט וואס איז נאך דא צו טון פאר א רפואה פאר אייך?


מרת ... תחי', אין הימל איז דא אן אוצר וואס רופט זיך 'אוצר מתנת חינם', איז יעצט ווען מען האט שוין אלעס געטון, וועט מען גיין צום אוצר און נעמען די טייערע סגולה פון בעטן דעם אייבערשטן נישט אויף די וועג ווי מען האט געבעטן ביז אהער, מיט א בקשה, אז עס קומט זיך עפעס דעם מענטש, נאר בעטן א מתנת חינם, אן אומזיסטע מתנה, און דאס קען נאר גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


יעדן אינדערפרי ווען איר ענדיגט מיט די קינדער - זאלט איר זיך באשטימען אפאר מינוט פון דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער טוט מיט אייך, און אויך אויף די גאנצע מעשה וואס איר זענט אריבער ביז אהער, און גלייבן באמונה שלימה אז אלעס ביז אהער איז נאר געווען לטובה, ווייל דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, עס איז איין שטיק טובה די גאנצע מעשה, און נאר נאכן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אפאר מינוט, זאלט איר זיך בעטן ביי אים מיט א מתנת חינם, דעם לשון:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל וויסן אז אלעס וואס דו טוסט איז נאר גוטס, און עס איז נישטא קיין שלעכטס פון דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל גלייבן מיט מיין גאנצע הארץ אז אלעס וואס איך בין אריבער ביז אהער און וואס איך גיי נאך יעצט אריבער - איז נאר פאר מיין טובה, און איך דאנק דיך אייבערשטער פארן מיר מאכן נאר גוטס.


הייליגער באשעפער איך בעט דיר הייל מיך אויס, איך זאל האבן א געזונטע הארץ און איך זאל האבן כח, און איך זאל קענען ברענגען נאך קינדער. הייליגער באשעפער מיר האבן שוין פרובירט אלע סארט מעדעצין, מיט אזויפיל דאקטוירים, מיט כל מיני מענטשן וכו', און קיינער קען מיר נישט העלפן. בעט איך דיר א מתנת חינם, או אומזיסטע מתנה. איך ווייס עס קומט מיר גארנישט, אלעס וואס איך האב איז נאר מתנת חינם, דעריבער בעט איך דיר א מתנת חינם, איך זאל זיין א געזונטע מאמע, א געזונטע ווייב פאר מיין מאן און נאר זיין פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים רבינו נחמן בן פיגא ותלמידו רבי נתן וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען אין די וועלט און אין מיר די זאך פון רעדן צו דיר, און ווי אזוי צו בעטן נאר בלשון מתנת חינם, זאל איך האבן א רפואה, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#291 - מעשיות פון הייליגן מהרש"א זי"ע, א סגולה פאר רפואה
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, מהרש"א

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט ליל שישי איז די יארצייט פון הייליגן מהרש"א זכותו יגן עלינו, איז כדאי צו דערציילן די מעשה וואס איז מסוגל פאר ישועות.


אמאל איז דעם רבינ'ס טאכטער - די צדיקת שרה - זייער קראנק געווארן לא עלינו, און דער הייליגער רבי איז איר געקומען באזוכן, דער רבי האט געהאט גרויס צער זעענדיג ווי שרה איז אזוי קראנק, דער רבי האט איינגעדרימלט, און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - דער זיידע פון רבי'ן - איז געקומען אין חלום און געפרעגט: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אין חלום פארן רבי'ן, עס שטייט אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'משיח' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב זאגט פארן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".


דער הייליגער רבי וועקט זיך אויף און הויבט אן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסער קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפונען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.


דער הייליגער מהרש"א האט געוואוסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, אז ווען עס וועט קומען די צייט ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער - זאל מען לייגן אויפן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט דורכגעפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.


ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט שרה'קע זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער פלעגט דערציילן די מעשה פאר חולים, און היינט אין דער יארצייט איז א גרויסע סגולה צו דערציילן די מעשה, עס ברענגט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#290 - פרעגן די מיינונג פון נאך א דאקטער
רפואה, דאקטורים, ציינער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


בנוגע דער ציין דאקטער נעבן שטעטל וואס שלעפט ארויס ציין אבי צו מאכן געלט, ביי ביידע פון ענק האט ער שיעור ארויסגעשלעפט אלע ציין און נאכן גיין צו א צווייטן ציין דאקטער האט ער ענק געזאגט אז אלעס איז גוט; זאלן ענק דאס מודיע זיין פאר אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אכטונג געבן.


בכלל איז וויכטיג צו וויסן, אויב א ציין דאקטער זאגט מען דארף שוין יעצט די מינוט ארויסשלעפן וכו' – זאל מען גיין פרעגן א צווייטן ציין דאקטער און נאר נאכן הערן פון צוויי דאקטוירים, און מיט תפילה און צדקה - ווייסט מען ווי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#289 - פאלג דעם רבי'ן, ווארט מיט סבלנות, וועט די לעבן ווערן זיס
תודה והודאה, רפואה, סבלנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי וועט דיר גוט ווערן! אודאי וועט דיר ליכטיג ווערן! וואס איז די פראגע? אז דו וועסט אייננעמען די מעדעצין וואס דער דאקטער געבט אונז  - וועט דיר ווערן ליכטיג און זיס.


דער רבי איז אונזער דאקטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ל) דער צדיק איז דער דאקטער; ער היילט אונזער נפש מיט זיינע עצות, און ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און ווארט מיט סבלנות - ווערט אים די לעבן זיס, זאל זיין ווער עס זאל זיין, זאל זיין שטאק טונקל, חושך ענן וערפל, אויב ער וועט ניצן די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון "בצר הרחבת לי", אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אויפזוכן עפעס גוטס אין די צרה, און אויך די עצה פון "תודה והודאה", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן יעדן טאג, זינגען צום אייבערשטן לויב און זינג ניגונים, און אויך די עצה פון גיין יעדן טאג אביסל התבודדות, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים פרעגן: "באשעפער וואס זאל איך טון? בין איך גערעכט? בין איך נישט גערעכט? דארף איך טון אזוי און אזוי, אדער אפשר נישט?" אויסשמועסן בפרטי פרטיות אלעס וואס באדערט, אלעס וואס שטערט, און אויך די עצה פון זיך בהאלטן אין די הייליגע תורה; לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה; די מעדעצינען היילן, מען דארף עס אייננעמען און גלייבן און ווארטן ביז די ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#288 - א סגולה פאר די ביינער וואס טוען וויי
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט א סגולה פאר אייערע ביינער וואס טוען וויי; דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח):


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'ן צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן ,אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ וָואס אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג, וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן, בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


נָאכְן דֶערְצֵיילְן דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי מְגַלֶּה גֶעוֶוען דִי תּוֹרָה (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ד), וואוּ דֶער רֶבִּי לֶערְנְט אוּנְז, אַז דוּרְךְ וִדּוּי דְבָרִים פַארְן צַדִיק, גֵייעֶן אַרוֹיס אַלֶע שְׁלֶעכְטְס פוּן דִי בֵּיינֶער.


היינטיגע צייטן קען מען מקיים זיין וידוי דברים לפני הצדיק דורכן גיין צו קברי צדיקים און דארט דערציילן וואס מען האט אלץ געטון, אדער דורך לערנען די ספרים פון צדיק און זיך מתודה זיין אויפן ספר וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#287 - פארוואס האבן מיר א נישט געזונט קינד?
קינדער, אמונה, התחזקות, רפואה, הלכה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי'.


זי האט געליינט אין א בריוו אין עצתו אמונה אז די סיבה פאר קראנקע קינדער איז, אז מען היט נישט טהרת המשפחה, מען איז מזלזל אין הלכות, זי זאגט עס טוט איר זייער וויי, ווייל לויט וויפיל זי ווייסט האלטן ענק די הלכות זייער ערליך, ביי ענק אין שטוב איז מען מקפיד אויף יעדע סעיף קטן אין שלחן ערוך, איז ווי קען זיין אז ענק האבן א קינד וואס איז נישט געזונט השם ירחם?!


אז מען זאגט פאר איינעם טשעפע נישט די הונט ווייל דו וועסט כאפן א ביס, מיינט עס נישט אז אויב איינער האט געכאפט א ביס איז דאס ווייל ער האט זיך געטשעפעט מיטן הונט. אזוי אויך, די תורה זאגט אז דער וואס היט נישט די הלכות וכו' - וועט האבן קינדער בעלי מומין בגוף ובנפש רחמנא לצלן, אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער וואס מוטשעט זיך מיט קינדער - היט נישט הלכות.


וואס זאל איך דיר זאגן, וויפיל איך וועל ענק שרייבן און שטארקן וועט נישט זיין גענוג, ווייל די צער און ווייטאג וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען האט אין שטוב א קינד וואס איז נישט געזונט פיזיש אדער גייסטיש איז דאס שווערער ווי אלע צרות, קיין שום איד זאל נישט וויסן וואס די צרה איז, דאס איז די ביטערסטע צרה וואס קען זיין.


דאך וויל איך ענק בעטן, זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כל שהקדוש ברוך הוא חפץ בו", וועם דער אייבערשטער האט ליב, "מדכאו ביסורין", צעקלאפט מען אים מיט יסורים, "ואם קבלם" און אויב מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער געבט, מען שווייגט און מען רעדט נישט קעגן די אמונה – "יראה זרע" וועט ער זוכה זיין צו קינדער, "יאריך ימים" און צו אריכות ימים.


דאס גרויסקייט פון א איד מעסט זיך נאר אין דעם, אז מען האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מען רעדט זיך נישט אפ, מען גלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט דאס אלעס נאר מיך נענטער צו ברענגען צו אים, מיך אויסלייטער, און צוליב נאך סיבות וואס איז פארהוילן פון אונז; מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט, אז מען האט נישט קיין טענות און תרעומות אויף די אמונה.


ענקערע יסורים זענען זייער גרויס, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו, ווער עס האט א קינד אין שטוב, א זון אדער טאכטער וואס איז גייסטיש נישט מסודר, אדער פיזיש נישט געזונט, אן אינוואליד, השם ירחם - פאסט מען זאל זיך אויפשטעלן פאר די עלטערן אזוי ווי מען שטעלט זיך אויף פאר אן עלטערער איד אדער א תלמיד חכם, ווייל די צער און ווייטאג וואס די עלטערן גייען אריבער - איז נישט מעגליך מען זאל דאס פארשטיין.


ענק קומען אפ מיט דעם אלעס וואס מען דארף אפקומען. מוהרא"ש זאגט (שו"ת ברסלב, מכתב ג' שפו) ווער עס האט א נישט געזונט קינד אין שטוב, א דיסעיבלד אדער גייסטיש אומסטאביל - וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין געהאט אויף די וועלט די גיהנום, און אויב די עלטערן דערהאלטן זיך, זיי נעמען אן באהבה וואס דער אייבערשטער געבט זיי - דאס איז די העכסטע מדריגה, און דאס איז געווען די מדריגה פון די אבות הקדושים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט איוב, רמז תתק"ח), וואלט איוב נישט גערעדט קעגן דעם אייבערשטן ווען ער האט געליטן זיינע יסורים, אזוי ווי מען זאגט יעדן טאג ביים דאווענען אלקי אברהם, אלקי יצחק, ואלקי יעקב, "כך היו אומרים אלקי איוב", וואלט מען אויך געזאגט אלקי איוב, אבער איוב האט זיך נישט געקענט דערהאלטן, ער האט גערעדט קעגן די אמונה, זעט מען פון דעם אז דאס איז די גרויסקייט פון די אבות הקדושים אברהם, יצחק און יעקב, עס איז אריבער אויף זיי שווערע ביטערע יסורים און זיי האבן נישט געהאט קיין שום טענות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.