בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו ביסט צופרידן פון אן ארבעטער – זאלסטו אים דאס זאגן, מען מוז זאגן פאר א גוטע ארבעטער: "איך בין צופרידן פון דיר", "דו טוסט גוט".
עס איז א רחמנות אויף ארבעטער וואס ארבעטן ביטער שווער, און זיי ווייסן נישט צי מען איז צופרידן פון זיי אדער נישט, זיי דרייען זיך ארום מיט פייגלעך אין קאפ.
רוב בעלי בתים מאכן דעם טעות, מען זאגט נישט פאר גוטע ארבעטער: "איך בין צופרידן פון דיין ארבעט", און אפילו די וואס זאגן - זאגן נישט גענוג; מען האט מורא אז אויב מען וועט זאגן אז מען איז צופרידן - וועט מען בעטן א גרעסערע געהאלט; דאס איז נישט ריכטיג, געהאלט צאלט מען וויפיל עס קומט פאר אזא ארבעט, און גוטע ווערטער מוז מען געבן.
אזוי אויך, אויב איז דא ארבעטער וואס טוען נישט די ארבעט - זאלסטו זיי זאגן. זאג עס שיינערהייט, זאג פאר'ן ארבעטער: "איך האב גארנישט שלעכטס אויף דיר פריוואט, אבער די ארבעט טוסטו נישט", און אז יענער מאכט זיך נישט וויסנדיג - שיק אים לחיים ולשלום.
פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים.