בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קויף א שיינע זאך לכבוד יום טוב פאר דיין ווייב, א קלייד אדער א צירונג; און בעט איר איבער, און הער זיך שוין אויף צו קריגן.
ווען וועסטו שוין אפלאזן די קריגערייען, דאס וועלן אויספירן, דאס וועלן מנצח זיין; וויפיל וועסטו נאך ליידן פאר די ביסל תאווה פון זיין דער וואס פירט אויס? דו ליידסט, דיינע קינדער ליידן, יעדער ליידט; געב נאך, און בעט איבער.
ווען מען געבט נאך - איז מען דער מנצח, דער רבי האט אלץ נאכגעגעבן און דאך האט ער געזאגט: "נצחתי ואנצח", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן; מיט דעם וואס ער האט קיינמאל נישט איבערגעזאגט מער ווי איין מאל וואס ער האט געוואלט, נאך איין מאל זאגן, אויב האט מען געוואלט פארקערט האט ער גלייך מנצח געווען און נאכגעגעבן; זאלסטו אויך אזוי טון, געב נאך, בעט איבער, פארגין און פארגעב - וועסטו זיין דער אמת'ער מנצח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.