בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבן מער אויפמערקזאמקייט פאר'ן יתום
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


ביים פרעגן די פראגע זאגסטו אליינס דעם ענטפער. דו פרעגסט וואס איר קענסט טון מיט דעם קליינטשיגן יתום וואס איר ציעט אויף, ער טשעפעט אייער קליינע טאכטער, ער הערט נישט אויף טשעפען; יעדעס מאל איר געבט אויפמערקזאמקייט (עטענש"ן) פאר אייער טאכטער קומט ער און געבט איר א ציפ אדער א שטופ וכדומה, איר פרעגט וואס צו טון.


איר דארפט פארשטיין אז דער יתום'ל דארף מער אויפמערקזאמקייט (עטענש"ן) פון סתם א קינד; עס שטערט אים צו זען ווי די יונגערע מיידל באקומט אסאך ליבשאפט, דאס מאכט אים ער זאל זוכן ווי ער קען איר וויי טון, אזוי ווי דו זאגסט: "יעדעס מאל מען געבט אויפמערקזאמקייט (עטענש"ן) פאר אייערע יונגע טאכטער קומט ער און געבט איר א ציפ אדער א שטופ" וכדומה; זאלט איר פון היינט זייער אכטונג געבן אים צו געבן אסאך ליבשאפט. דאס איז דאך די גרעסטע צדקה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נ.) אויפ'ן פסוק (תהלים קו, ג): "עֹשֵׂה צְדָקָה בְכָל עֵת - רֶבִּי שְׁמוּאֵל בַּר נַחְמֵנִי אָמַר, זֶה הַמְגַדֵּל יָתוֹם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", דער וואס ציעט אויף א יתום אדער יתומה, דער איז מקיים מצות צדקה א גאנצן צייט - טאג און נאכט.


יעדעס מאל דו זעסט ווי ער געבט א טשעפע, אנשטאט אים זאגן טויזנט מאל: "דער אייבערשטער לאזט נישט טשעפען", רוף אים אין די זייט און געב אים א גלעט, נעם אים צו דיר און שמועס מיט אים, אנשטאט זאגן טויזנט מאל: "דער אייבערשטער לאזט נישט טשעפען, זאלסט אים זאגן טויזנט מאל: "איך האב דיר אזוי ליב!" "דו ביסט אזוי וואויל!" "דו ביסט אונזער בעסטע קינד!" וועט ער מיט די צייט זיך אינגאנצן איבערדרייען.


דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט קענען מגדל זיין אלע קינדער געזונטערהייט, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.