בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געבענטשט זאלט איר זיין צום אייבערשטן פאר'ן זיך אפשערן די האר
קינדער, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברלסב, ליבערטי


געבענטשט זאלט איר זיין צום אייבערשטן פאר'ן טון די גרויסע הייליגע זאך פון זיך אפשערן די האר, איך בין זייער איבערגענומען; ווען איר האט מיר דאס דערציילט ביי די חנוכה ליכט - איז מיר געקומען טרערן פון שמחה און התרגשות.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, און שפע, פרנסה בריווח, און די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב.