בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואו געהער איך? וואס וויל איך?
היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביז מען ווערט מקורב צום צדיק איז מען א גרויסער רחמנות, מען איז גוט צעמישט, מען ווייסט נישט וואס מען וויל, מען ווייסט נישט וואו מען געהערט וכו'.


א מענטש דארף האבן א זכיה צו זיין קלאר ביי זיך 'וואו איז מיין פלאץ? וואס וויל איך? וואו געהער איך?' און דאס איז דער פראבלעם ביי רוב מענטשן, זיי ווייסן פשוט נישט וואס זיי ווילן און וואו זיי געהערן. דער פראבלעם איז ביי יונגע און ביי אלטע, אנגעהויבן מיט בחורים, אינגעלייט און אויך ביי עלטערע, מען גייט פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ, פון איין גוטער איד צום צווייטן גוטן איד, מען קען זיך נישט צאמקלויבן 'וואו געהער איך? וואס וויל איך?' און ביים סוף האבן זיי א פנים ווי די קעלבל וואס זייגט פון אפאר מאמעס וואס ווערט קראנק און קרעציג.


ערשט לויפט מען צו די פלאץ ווייל מען זעט דארט איז דא אסאך מענטשן, מען וויל אויך זיין דארט און אריינשטעקן די קאפ צווישן די גרויסע עולם, שפעטער גייט מען צו א צווייטע פלאץ ווייל דארט ציט עפעס אנדערש, און דער מענטש בלייבט ווייטער מיט זיינע פראבלעמען, ער קען זיך קיין עצה נישט געבן, ער געפינט זיך נישט זיין פלאץ אויף דער וועלט, און דעריבער קען ער נישט דאווענען. ביז מען איז זוכה צו טרעפן דעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט פינקטליך וואס מיר האבן צו טון אויף די וועלט, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך מתבודד זיין, און אז דער מענטש איז זוכה, ער פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט יעדן טאג התבודדות - הויבט דער מענטש אן וועלן נאר איין זאך, מען הויבט אן וועלן נאר דעם אייבערשטן, מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען לעבט מיט תכלית, מען ווערט זיכער מיט זיך, מען לויפט נישט מער ארום פון פלאץ צו פלאץ, מען ווייסט שוין גאר גוט וואס מען וויל, מען וויל נאר דעם אייבערשטן.


געוואלד, מיר זענען אזוי פארגרעבט, און דער רבי לייגט אונז אריין אזעלכע מחשבות, אזעלכע כיסופים, וואס גרויסע צדיקים האבן געהאט.


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור אין שטעטל אינעם נייעם היכל בית המדרש, די שיעור וועט זיין אכט דרייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.