בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ליבער ברודער, יעצט אין די דריי וואכן, די טעג פון בין המצרים – דארפן מיר זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, צו וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לג.): "מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ דֵּעָה", ווער עס האט שכל, - "כְּאִלּוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", איז אזוי ווי די בית המקדש איז ביי אים נישט חרוב; וואס מיינט דעת און שכל? דאס מיינט מען די אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ד, לה): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ", ווייל דאס איז די חורבן בית המקדש, דאס וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס וואס מען רעדט זיך נעבעך איין אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל; על כן דארפן מיר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, אזוי וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות, מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח.
ווי אזוי איז מען זוכה צו א שטארקע קלארע אמונה? דורך תפילה; דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף, און דורך דאנקען דעם אייבערשטן – ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן; דעריבער זאלסטו יעצט אין די טעג פון בין המצרים זיך שטארקן אין די זאך פון גיין יעדן טאג התבודדות, טרעף זיך א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, בעט אים אויף רוחניות און אויך אויף גשמיות, רעד מיט דיינע אייגענע תפילות אויף אידיש, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט זוכה זיין במשך הימים צו א קלארע אמונה, דיין דעת וועט ווערן שטארק געבויט, ביז עס וועט זיין ביי דיר א בנין בית המקדש, דו וועסט ווערן אויסגעלייזט פון אלע דיינע גלות'ן.
מען דארף אבער אסאך סבלנות, אין אנהייב וועט דיר זיין שווער די עבודה, ווייל ווילאנג די אמונה איז נאכנישט קלאר און לויטער – האט מען נישט די געפיל פאר תפילה והתבודדות, מען הייבט אן דאווענען, מען הייבט אן זיך מתבודד זיין, און מען ווערט מיד, מען הייבט אן גענעצן, ביז מען לאזט אפ די הייליגע עבודה, און ווייל מען שפירט נישט ווי די תפילות ווערן נתקבל, מען שפירט נישט ווי מען הערט אויס וכו', פון אסאך זינדיגן, טון עבירות – ווערט "עֲנָנִין דִּמְכַסִּין עַל עַיְנִין" (זוהר הקדוש פרשת פנחס, דף רנב.), מען שפירט נישט די אמונה, אבער אז מען שטארקט זיך מיט אסאך סבלנות, מען האלט אן די עבודה טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אזוי ווייטער – איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה, ביז כאילו נבנה בית המקדש בימיו.